ווירוס
צו מיינט איר קאמפיוטער ווירוס?
א ווירוס איז א מיקראסקאפישער באשטאנדטייל (אדער ענגליש פארטיקל = קליינע טיילכל) וואס איז באשטאנד צו אינפעקטירן די קעמערלעך (ענגליש צעלן) פון א ביאלאגישן ארגאניזם.
דאס ווארט שטאמט פון לאטייניש virus, טייטש "סם".
אין תוך גענומען באשטייען ווירוסן פון גענעטישן מאטעריאל ארומגעכאפט דורך א פראטעין-פאנצער ("קאפסיד", דאס הייסט א פראטעינען-קאפסל).
דער דאזיקער קאפסל שיידט זיי אונטער פון אנדערע פארטיקלען וואס זיינען אנדערש ווי ווירוסן. די פארשונג פון ווירוסן הייסט וויראלאגיע און די פארשערס, ד.ה. די וויסנשאפטלער וואס פארשן זיי, הייסן וויראלאגן.
ווירוסן זיינען ענלעך צו אנדערע פאראזיטן וואס מוזן לעבן אינעווייניק אין א קעמערל, ווייל זיי קענען זיך ניט מערן מחוץ א "גאסטגעבער"-קעמערל. זיי קענען אינפעקטירן א סך מינים ארגאניזמען, סיי בעלי חיים און געוויקסן, סיי באקטעריעס.
שוין לאנג בושעוועט א מחלוקת, צי ווירוסן זיינען לעבעדיקע ארגאניזמען. ס'רוב ווירוס-פארשערס האלטן זיי פאר ניט-לעבעדיקע, וויייל זיי קומען ניט נאך אלע ברייט-אנגענומענע תנאים פאר לעבן. צווישן אנדערע פארמאגן ווירוסן גארניט קיין אייגענע קעמערל-הייטל, און אליין קענען זייי אויך ניט מעטאבאליזירן. צוריקגערעדט, זיינען פאראן אנדערע ארגאניזמען, וואס מע האלט בדרך-כלל יא פאר לעבעדיקע, וואס זיי קומען ניט נאך יענע תנאים.
אויב מע וואלט זיי יא געהאלטן פאר לעבעדיקע, וואלטן זיי געווען אן אויסנאם צום כלל (דער "קעמערלעך-טעאריע) אז אלע לעבעדיקע זאכן באשטייען פון קעמערלעך. ווירוסן באשטייען ניט פון קעמערלעך, נאר אינפעקטירן זיי.
ווירוס קראנקייטן
רעדאַקטירןדי קראנקייטן פאקן, ווינטפאקן און גריפע קומען פון ווירוס אינפעקציעס.