רבי חיים ברוך רובין הי"ד (ה'תרמ"ב - ג' אלול ה'תש"ג) רב אין ווישניצא, מערב גאליציע.

רבי חיים ברוך איז געבוירן אין שינאווא אין יאר ה'תרמ"ב צו זיין פאטער הרב נפתלי רובין, רב אין ווישניצא, א זון פון הרב שמואל רובין, רב אין קארטשין, א זון פון הרב אהרן רובין פון רימאנאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ. און צו זיין מוטער מרת מרים מלכה[1] א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב.

נאך זיין חתונה האט רבי חיים ברוך האט זיין שווער אים געעפנט א פריוואטע באנק אין ווישניצא, דארט האט רבי חיים ברוך באזוכט יעדען טאג צוויי שטונדן, זיין שוואגער רבי מרדכי עפשטיין האט זיך אפגעגעבן מיט פירן די באנק. ווען די רוסין האבן קאנפיסקירט די באנק איז זיין שוואגער געווארן ניישטאטער רבי אין לאדז, רבי חיים ברוך איז געווארן יונגער רב אין ווישניצא, אין יאר ה'תרח"ץ נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי חיים ברוך געווארן דער לעצטער רב אין ווישניצא.

ג' אלול ה'תש"ג האבן די נאציס ימ"ש אנטפלעקט רבי חיים ברוך באהעלטעניש, ער האט זיי נישט נאכגעגעבן זייער באפעל אויסצוטוהן זיין קאפל, האלטענדיג זיינע הענט אויף דעם קאפ האבן זיי אים געפירט צום טויט מיט ביטערע קלעפ, ביז ס'האט זיך געגאסן פון אים בליט, ער האט אויסגעשריגן פאר די ארימעגע יידן, מ'זאל זיך שטארקן צו גיין אויף קידוש השם אין איז דערשאסען געווארן הי"ד.

אין יאר ה'תרנ"ט האט רבי חיים ברוך געהייראט מרת דינה א טאכטער פון הרב צבי יוסף רובין רב אין יאסלא. זי איז אומגעקומן י"ב אלול ה'תש"ג הי"ד. זייערע קינדער:

  • הרב יחזקאל שרגא רובין הי"ד, ראש ישיבה אין באכניא, ער האט געהייראט מרת שרה מנוחה א טאכטער פון הרב ראובן קליגער פון דעמביץ.
  • הרב יצחק רובין הי"ד, ער האט געהייראט מרת רייצא א טאכטער פון הרב פנחס דוד הורוויץ פון קינצק.
  • הרב שמואל רובין הי"ד, ער האט געהייראט מרת שיינדיל מירל א טאכטער פון הרב יונה באראן אן איידים פון הרב אלעזר ראזענפעלד
  • מרת חיה מלכה הי"ד, די ווייב פון הרב אשר דערשאוויץ.
  • שרה הי"ד, שיינדיל הי"ד, אלעזר ז"ל, רבקה הי"ד.
  • הרב אברהם יהושע העשיל רובין פון לאס אנגעלעס.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות, א.ל.ג. חנה מלכה