רבי שמעון בר יוחאי

(אַריבערגעפֿירט פון רבי שמעון)

רבי שמעון ווערט אריבערגעפירט אהער, פאר אנדערע באדייטן זעט רבי שמעון (באדייטן)

רבי שמעון בר יוחאי
געבורט המאה ה־1 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 160 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ל"ג בעומר בײַם קבר פֿון רשב"י אין מירון

רבי שמעון בר יוחאי (ר"ת: רשב"י) איז געווען א תנא און פון די גרויסע תלמידים פון רבי עקיבא, ער ווערט דערמאנט 320 מאל אין משניות..

כלל ישראל פייערט זיין יום הילולא אום ל"ג בעומר.

זיין צייט

רעדאַקטירן

רבי שמעון בר יוחאי איז געווען פון פינפטן דור תנאים, און פון צענטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה. [1]

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

עס איז נישט באקאנט דער פונקטליכער דאטום פון זיין געבורט. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי פנחס בן יאיר. און האט געהאט איין זון רבי אלעזר, וועלכער איז אויך געווען זיין הויפט תלמיד.

ער האט געלערנט דרייצן יאר ביים תנא רבי עקיבא אין זיין ישיבה אין בני ברק, דערנאך איז ער ווייטער געבליבן נאנט צו רבי עקיבא ווען ער איז געווען אין תפיסה ווארטנדיג אויף זיין טויט אורטייל דורך די רוימער. ער איז געווען פון זיינע פינף גרעסטע תלמידים.

זיין קאמף מיט די רוימער

רעדאַקטירן

רבי שמעון איז געווען אן אויסגעשפראכענער און אפענער געגנער צום ברוטאלן רוימישן רעזשים וואס האט דאן געהערשט אין ארץ ישראל. פאקטיש איז זיין רבי, רבי עקיבא, געווען אן אקטיווער שטיצער פון בר כוכבא און זיין אויפשטאנד קעגן די רוימער, זייענדיג ביי דער מיינונג אז ער איז דער משיח וואס איז געשיקט געווארן אויסצולייזן די אידן. אויך רבי שמעון איז געבליבן כל ימיו אויסגעשפראכן קעגן זיי.

ער ווערט פאר'מסר'ט

רעדאַקטירן

עווענטועל האט דאס געפירט אז ווען רבי יהודה האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אין לויב פון די רוימער און זייערע אויפטוען צו פארבעסערן דאס לעבן האט רבי שמעון אים שארף אפגעענטפערט: "אלעס וואס די רומיים האבן געטאן האבן זיי נאר געטאן פאר זיך זעלבסט. זיי האבן פארראכטן די גאסן - אריינצוזעצן דערין זונות. בעדער - זיך צו באדן דארט פאר זייער פארגעניגן. בריקן - זיי זאלן קענען נעמען שטייערן" (שבת לג:).

יהודה בן גרים איז אויך דארט געזעסן און צוגעהערט, ער האט די ווערטער איבערדערציילט אויף די גאס און מוסרים האבן דאס איבערגעגעבן פאר די רוימער וועלכע האבן אין רעזולטאט גרויס געמאכט רבי יהודה און זיך ארויסגעלאזט זוכן רבי שמעון אים צו פאראורטיילן צום טויט אלס מורד במלכות. רבי שמעון מיט זיין זון רבי אלעזר זענען אריין אין באהעלטעניש און געזעצן א גאנצן טאג אין בית המדרש וואו זיין ווייב האט זיי יעדן טאג געברענגט ברויט און וואסער.

ווען די זוכונגען נאך רבי שמעון זענען געווארן שטארקער האט ער מורא באקומען אויב די רשעים זאלן נישט פארכאפן זיין פרוי און איר פייניגן ביז זי וועט ארויסגעבן זייער באהעלטעניש, זענען זיי ביידע אוועקגעגאנגען פון דארט אן זאגן פאר קיינעם און זיך באהאלטן אין א הייל אין דער שטאט פקיעין.

אין דער מערה

רעדאַקטירן
 
פתח המערה

דארט אין דער מערה זענען רבי שמעון און רבי אלעזר געזעצן און געלערנט אן אויפהער. דער אויבערשטער האט זיי געמאכט א נס און עס איז ארויסגעוואקסן דארט א באקסער בוים, וועמען עס נעמט געווענליך זיבעציג יאר ביז ער הייבט אן ארויסגעבן פירות, אבער דא האט ער באלד ארויסגעגעבן באקסער. אויך איז דארט פון זיך ארויפגעקומען א קוואל וואסער. און דרייצן יאר האבן זיי געלעבט אויף די באקסער און וואסער! כדי זייערע קליידער זאלן נישט ווערן אפגענוצט האבן זיי א גאנצן טאג אויסגעטאן זייערע קליידער און זיך באדעקט מיט הוילע זאמד, נאר צום דאווענען האבן זיי אנגעטאן די קליידער. דארט זענען זיי געשטיגן מיט אויסטערלישע מדריגות אין זייערע קענטעניסן אין דער תורה.

נאך צוועלף יאר וואס זיי זענען דארט געזעצן איז געקומען אליהו הנביא, זיך געשטעלט ביי די טיר און אויסגערופן: "ווער וועט איבערגעבן פאר דעם זון פון יוחאי אז דער טויט אורטייל אויף אים איז בטל געווארן ווייל דער רוימישער קייסער איז געשטארבן?" [דאס איז געווען אן אלטער איינפיר אז ווען א קייסער איז געשטארבן זענען בטל געווארן אלע זיינע גזירות]. ווען זיי האבן דאס געהערט זענען זיי ארויס פון דער מערה, זייענדיג אפגעוואוינט פונעם ערדישן טאג טעגליכן לעבן האבן זיי געקוקט מיט וואונדער וויאזוי מענטשן טוען זייער רוטינער ארבעט ווי אקערן, זייען, פלאנצן א.א.וו. האבן זיי זיך אנגערופן מיט וואונדער "מען לאזט איבער דאס אייביגע לעבן [די תורה הק'] און מ'באשעפטיגט זיך מיט צייטווייליגן לעבן [גשמיות]?", און וואו זייערע אויגן האבן געקוקט איז פארברענט געווארן. איז ארויס א בת קול פון הימל: "זענט איר ארויסגעקומען חרוב צו מאכן מיין וועלט? גייט צוריק אין אייער הייל", זענען זיי צוריק אין דער מערה.

ווען עס זענען אריבער צוועלף חדשים האבן זיי געהערט א בת קול אז זיי קענען ארויסגיין דען רשעים ווערן אויך נישט געמשפט מער ווי צוועלף חדשים אין גיהנום.

ביים ארויסגיין איז רבי אלעזר פארט נישט געווען רואיג און ער האט ווייטער געהאט תרעומת אויף די פעלד ארבעטער, אבער יעצט וואו רבי אלעזר האט פארברענט מיט זיין בליק האט רבי שמעון געהיילט זאגנדיג פאר זיין זון: "איך מיט דיר זענען גענוג פאר די וועלט". דאן איז געווען ערב שבת, האבן זיי באגעגנט א איד מיט צוויי הדסים אין די הענט, אויף זייער פראגע האט דער איד ערקלערט אז איינע איז קעגן "זכור את יום השבת לקדשו" און די צווייטע איז קעגן "שמור את יום השבת לקדשו", רופט זיך אן רבי שמעון: "זע ווי באליבט די מצוות זענען אויף אידן", ערשט יעצט איז רבי אלעזר גענצליך בארואיגט געווארן.

זיין גרויסקייט

רעדאַקטירן

ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיך זעלבסט: "איך אליין קען באפרייען די גאנצע וועלט פונעם אויבערשטנ'ס דין פון דעם טאג וואס איך בין באשאפן געווארן ביז היינט" (סוכה מה:). אויך זאגט ער דארט: "אויב זענען פאראן בלויז טויזנט בני עליה זענען איך מיט מיין זון רבי אלעזר צווישן זיי, אויב זענען נאר דא הונדערט זענען מיר צווישן זיי, אויב זענען נאר דא צוויי זענען מיר דאס" (שם). [זעלבסטפארשטענדליך אז מיר האבן קיין השגה איבער די גרויסע קדושה פון דעם הייליגן תנא און וואס עס זענען געווען זיינע כוונות מיט די ווערטער].

זיין תורה

רעדאַקטירן

סתם רבי שמעון איז רבי שמעון בר יוחאי. אבער איבעראל וואו ער ווערט דערמאנט אלס "רבי שמעון בר יוחאי", דעמאלטס איז די הלכה ווי אים.

ספר הזוהר

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – זוהר

רבי שמעון בר יוחאי איז דער הויפט פערזענליכקייט פונעם ספר הזוהר, און עס איז אָנגענומען אַז ער האט דאס מחבר געווען.

ל"ג בעומר

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ל"ג בעומר

כלל ישראל פייערט זיין יום הילולא אום ל"ג בעומר.

פילע פאעזיעס זענען דורכאויס די יארן פארפאסט געווארן לכבוד זיין הילולא. דאס מערסטע פארשפרייט איז דער פאעזיע פון רבי שמעון לביא מיטן נאמען: "בר יוחאי".

קבר הרשב"י

רעדאַקטירן

דער אריז"ל האט אנטפלעקט זיין קבר אין דעם דארף מירון אין ארץ ישראל.

טויזענטער אידן שטראמען אהין א גאנץ יאר צו זיין ציון און בפרט אין טאג פון זיין יארצייט, ל"ג בעומר.

געוויסע פירן זיך צו מאכן חאלקה ביי זיין ציון, ל"ג בעומר, און א גאנץ יאר.

אין משניות

רעדאַקטירן

רבי שמעון ווערט דערמאנט אין מערסטע מסכתות פון ש"ס, אויסער אכט מסכתות - מסכת ברכות, מסכת חלה, מסכת תענית, מסכת מגילה, מסכת נדרים מסכת תמיד, מסכת מדות, מסכת קנים.

סדר זרעים - (אכט און פופציג מאל)

  • מסכת פאה - דריי מאל - פרק א' משנה ג' .. פרק ג' משנה ח' .. פרק ד' משנה א'.
  • מסכת דמאי - צוויי מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ה' משנה ג'.
  • מסכת כלאים - זיבן מאל - פרק ב' משנה א', ב', ז' .. פרק ד' משנה ט' .. פרק ה' משנה ב' .. פרק ז' משנה ד', ח'.
  • מסכת שביעית - ניינצן מאל - פרק א' משנה ח' .. פרק ב' משנה א', ב', ג', ה', ו', ח', י' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ב', ג' .. פרק ו' משנה ה', ו' .. פרק ז' משנה ו' .. פרק ח' משנה ו', ז' .. פרק ט' משנה א', ג', ה'.
  • מסכת תרומות - זעקס מאל - פרק ג' משנה ה', ט' .. פרק ד' משנה י"ב .. פרק ה' משנה ח' .. פרק י' משנה י"א .. פרק י"א משנה י'.
  • מסכת מעשרות - דריי מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ב' משנה ד' .. פרק ג' משנה ח'.
  • מסכת מעשר שני - זיבן מאל - פרק ב' משנה ב' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ב' (2 מאל), י"א, י"ג .. פרק ה' משנה ו'.
  • מסכת ערלה - זעקס מאל - פרק ב' משנה א', ט', י', י"ד, ט"ו, ט"ז.
  • מסכת ביכורים - פינף מאל - פרק ב' משנה ב' (3 מאל) .. פרק ג' משנה א', י'.

סדר מועד - (זעקס און דרייסיג מאל)

  • מסכת שבת - זעקס מאל - פרק ג' משנה ו' .. פרק ח' משנה א' .. פרק י' משנה ה', ו' .. פרק י"ג משנה ו' .. פרק י"ד משנה ד'.
  • מסכת עירובין - עלף מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ו', י"א .. פרק ה' משנה ו' .. פרק ו' משנה ה' .. פרק ח' משנה ב', ה' .. פרק ט' משנה א' .. פרק י' משנה ב', ג', ט"ו.
  • מסכת פסחים - דריי מאל - פרק ה' משנה ד' .. פרק ח' משנה ג' .. פרק ט' משנה ח'.
  • מסכת שקלים - פינף מאל - פרק ב' משנה ד' (2 מאל) .. פרק ג' משנה א' .. פרק ז' משנה ו' .. פרק ח' משנה ח'.
  • מסכת יומא - דריי מאל - פרק ה' משנה ז' .. פרק ו' משנה ו', ז'.
  • מסכת סוכה - איין מאל - פרק ב' משנה א'.
  • מסכת ביצה - צוויי מאל - פרק א' משנה ט' .. פרק ג' משנה ד'.
  • מסכת ראש השנה] - צוויי מאל - פרק א' משנה א', ז'.
  • מסכת מועד קטן - איין מאל - פרק ג' משנה ח'.
  • מסכת חגיגה - צוויי מאל - פרק א' משנה ז' (2 מאל).

סדר נשים - (איין און פערציג מאל):

  • מסכת יבמות - פערצן מאל - פרק ב' משנה ב' .. פרק ג' משנה ד', ט' .. פרק ו' משנה ג', ד' .. פרק ח' משנה ג' (2 מאל), ו' .. פרק י' משנה א', ז', ח', ט' .. פרק י"ב משנה ה' .. פרק ט"ו משנה ה'.
  • מסכת כתובות - זיבן מאל - פרק ד' משנה א' .. פרק ח' משנה ב', ד' .. פרק ט' משנה ח' .. פרק י' משנה ג' .. פרק י"א משנה ב' .. פרק י"א משנה ב'.
  • מסכת נזיר - זעקס מאל - פרק ב' משנה ד' (2 מאל), ח' .. פרק ה' משנה ו' .. פרק ו' משנה ט', י'.
  • מסכת סוטה - ניין מאל - פרק ג' משנה ב', ה'.
  • מסכת גיטין - דריי מאל - פרק א' משנה ה' .. פרק ב' משנה ב' (2 מאל).
  • מסכת קידושין - צוויי מאל - פרק ב' משנה ב' .. פרק ד' משנה י"ב.

סדר נזיקין - (פיר און פופציג מאל):

  • מסכת בבא קמא - פינף מאל - פרק ד' משנה א' .. פרק ו' משנה ב', ד' .. פרק ז' משנה ב', ד'.
  • מסכת בבא מציעא - זעקס מאל - פרק ב' משנה י' .. פרק ד' משנה ב', ה', ט' .. פרק ה' משנה י' .. פרק י' משנה ו'.
  • מסכת בבא בתרא - פינף מאל - פרק ב' משנה ב', י"ד .. פרק ד' משנה ט' .. פרק ו' משנה ח' (2 מאל).
  • מסכת סנהדרין - ניין מאל - פרק א' משנה ג' .. פרק ב' משנה ד' .. פרק ג' משנה ג' .. פרק ז' משנה א' .. פרק ט' משנה ב', ג' (3 מאל) .. פרק י' משנה ו'.
  • מסכת מכות - זעקס מאל - פרק א' משנה ז' .. פרק ב' משנה ג' .. פרק ג' משנה ב' (2 מאל), ו', ט"ז.
  • מסכת שבועות - ניין מאל - פרק א' משנה ד' (2 מאל), ז' .. פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ה' משנה ב', ג', ד' .. פרק ו' משנה ה'.
  • מסכת עבודה זרה - דריי מאל - פרק ג' משנה ז' (2 מאל) .. פרק ד' משנה י'.
  • מסכת עדיות - איין מאל - פרק ח' משנה ז'.
  • מסכת אבות - פינף מאל - פרק ב' משנה י"ג .. פרק ג' משנה ג', ז' .. פרק ד' משנה י"ג .. פרק ו' משנה ח'.
  • מסכת הוריות - פינף מאל - פרק א' משנה ב', ה' (2 מאל) .. פרק ב' משנה ז' .. פרק ג' משנה ג'.

סדר קדשים - (איין און אכטציג מאל):

  • מסכת זבחים - צוויי און צוואנציג מאל - פרק א' משנה ד' (2 מאל) .. פרק ב' משנה א' .. פרק ד' משנה ג', ד', ה' .. פרק ח' משנה ג', י"ב .. פרק ט' משנה א', ב' (2 מאל) .. פרק י' משנה ז', ח' .. פרק י"א משנה ז' .. פרק י"ב משנה ו' .. פרק י"ג משנה ג' (2 מאל), ז' .. פרק י"ד משנה ב' (4 מאל).
  • מסכת מנחות - אכטצן מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ב', ג', ד' (2 מאל), ה' .. פרק ה' משנה ה', ז', ט' .. פרק ו' משנה א', ד', ז' .. פרק ט' משנה ב', ז' .. פרק י' משנה ח' .. פרק י"א משנה ב .. פרק י"ג משנה י' (2 מאל).
  • מסכת חולין - צען מאל - פרק ב' משנה ג', ה', ו' (2 מאל), י' .. פרק ג' משנה א' .. פרק ה' משנה ג' .. פרק ט' משנה ז' (2 מאל), ח'.
  • מסכת בכורות - פינף מאל - פרק ב' משנה ד' .. פרק ד' משנה ט' .. פרק ה' משנה ב' .. פרק ח' משנה ב' .. פרק ט' משנה ה'.
  • מסכת ערכין - פינף מאל - פרק ז' משנה ד', ה' .. פרק ח' משנה ה' (2 מאל) .. פרק ט' משנה ה'.
  • מסכת תמורה - אכט מאל - פרק א' משנה ב', ו' .. פרק ב' משנה ב' .. פרק ג' משנה א', ג', ה' .. פרק ז' משנה ג', ד'.
  • מסכת כריתות - צען מאל - פרק א' משנה ה' .. פרק ג' משנה ט' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ה' משנה ד', ה', ו', ז', ח' .. פרק ו' משנה ט'.
  • מסכת מעילה - דריי מאל - פרק ג' משנה ד', ו' .. פרק ד' משנה ו'.

סדר טהרות - (הונדערט און פיר מאל):

  • מסכת כלים - זעקס און צוואנציג מאל - פרק ג' משנה ב', ה' .. פרק ה' משנה ז' .. פרק ז' משנה ה' (4 מאל) .. פרק ט' משנה ד', ח' .. פרק י"ד משנה ב' .. פרק ט"ו משנה ב' .. פרק י"ז משנה ג', ד', י"א, י"ז .. פרק י"ח משנה ד' .. פרק כ"ב משנה ו' .. פרק כ"ד משנה י"ז .. פרק כ"ה משנה ג' .. פרק כ"ו משנה ח' .. פרק כ"ז משנה ד', י"א, י"ב .. פרק כ"ח משנה ו', ז' .. פרק ל' משנה ג'.
  • מסכת אהלות - עלף מאל - פרק ב' משנה ב', ז' .. פרק ג' משנה ב' .. פרק ז' משנה ב' .. פרק ט' משנה י"ד .. פרק י' משנה ב' .. פרק י"א משנה ז' .. פרק י"ג משנה א' .. פרק ט"ז משנה ה' .. פרק י"ח משנה ה' (2 מאל).
  • מסכת נגעים - אכטצן מאל - פרק ד' משנה ד', ו' (2 מאל) .. פרק ו' משנה ו' .. פרק י' משנה ב' (2 מאל), ד', ח' (2 מאל), ט' (2 מאל) .. פרק י"א משנה ג', ט' .. פרק י"ב משנה ה' .. פרק י"ג משנה י"א .. פרק י"ד משנה ט', י', י"א.
  • מסכת פרה - זיבן מאל - פרק ב' משנה ב' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ב' (2 מאל) .. פרק ט' משנה ב' .. פרק י"א משנה ח' .. פרק י"ב משנה א'.
  • מסכת טהרות - זיבן מאל - פרק ד' משנה ח' .. פרק ו' משנה א' .. פרק ט' משנה א', ג', ד' .. פרק י' משנה א', ג'.
  • מסכת מקואות - זעקס מאל - פרק א' משנה ג', ה' .. פרק ב' משנה ה', ו', י' .. פרק ח' משנה ה'.
  • מסכת נדה - פינף מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ה' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ז' משנה ב' .. פרק ט' משנה ב'.
  • מסכת מכשירין - ניין מאל - פרק א' משנה ו' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ה' .. פרק ד' משנה י' .. פרק ה' משנה ג', י' .. פרק ו' משנה ה', ו', ח'.
  • מסכת זבים - זיבן מאל - פרק ג' משנה ב' .. פרק ד' משנה ג', ד', ה', ז' .. פרק ה' משנה ד', ז'.
  • מסכת טבול יום - צוויי מאל - פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ז'.
  • מסכת ידים - צוויי מאל - פרק ג' משנה ג', ה'.
  • מסכת עוקצין - פיר מאל - פרק ב' משנה ט' .. פרק ג' משנה ב', ג', ד'.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפרענצען

רעדאַקטירן
  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד