מסכת סוכה איז די זעקסטע מסכתא פון סדר מועד אין משניות. די מסכתא האנדלט ארום הלכות סוכה, סיי די יום טוב סוכות, און סיי די הלכות פון די מצוות ווי לולב און די קרבנות וואס מען האט געברענגט אין בית המקדש לכבוד דעם יום טוב.

נעמען פון די פרקים (קאפיטלאך) אין דער מסכתא

רעדאַקטירן
  1. סוכה שהוא גהוה רעדט בעיקר פון הלכות סוכה ווי אזוי און ווען מען קען דאס בויען.
  2. הישן רעדט בעיקר פון די הלכות ווי אזוי א מענטש קען אדער קען נישט יוצא זיין די מצוה פון זיצען אין סוכה.
  3. לולב הגזול רעדט בעיקר פון די הלכות פון וועלכע לולב, ערבה, הדס, און וועלכע אתרוג איז יא אדער נישט כשר פאר די מצוה.
  4. לולב וערבה רעדט בעיקר פון ווי אזוי און ווען מען האט געטאן מצות ד' מינים אין בית המקדש.
  5. החליל רעדט בעיקר פון שמחת בית השואבה און די קרבנות וואס מען האט געברענגט אין סוכות.

וועבלינקען

רעדאַקטירן