מסכת גיטין איז די זעקסטע מסכתא אין סדר נשים (דער דריטער סדר אין משניות).

נעמען פון די פרקים (קאפיטלעך) אין דער מסכתא רעדאַקטירן

  1. המביא גט - דינים פון שיקן א גט פון "מדינת הים" דורך א שליח, און דער קשר צווישן א גט און א שטר שחרור פון עבדים.
  2. המביא גט - נאך דינים פון שיקן א גט פון מדינת הים, דינים פון שרייבן און חתמ'ן א גט.
  3. כל הגט - דינים פון שרייבן א גט לשמה, א שליח פון א גט וואס איז געווארן קראנק, און חזקה.
  4. השולח - דינים פון מבטל זיין א שליח, און דינים וואס זענען געזאגט וועגן תיקון העולם.
  5. הניזקין - נאך דינים וועגן תיקון העולם און דרכי שלום.
  6. האומר - נאך דינים פון שליחים: פאר שרייבן, חתמ'ענען און פירן דעם גט.
  7. מי שאחזו - המשך דינים פון שליחים, און דינים פון א גט על תנאי.
  8. הזורק - דינים קריגן א גט, גט ישן, נשים וואס מען מוז זיי גט'ן און א גט קרח.
  9. המגרש - דינים פון "גירושין לחצאין", עדים פון א גט.