אליהו הנביא
אליהו הנביא אדער זכור לטוב (אויך אליהו התשבי און אליהו הגלעדי) איז געווען א נביא, וואס האט געוואוינט אין "גלעד".
געבורט | 904 לפנה״ס |
---|---|
טויט |
850 לפנה״ס (אלט 54 בערך) יריחו, פאלעסטינע |
מדינה | מלכות ישראל |
אַמט | נביא |
דער חת"ם סופר שרייבט אין א פלאץ אז עס זענען פארהאן צוויי אליהו הנביא'ס. {פעלט הסברה}
אליהו באווייזט ווינדער
רעדאַקטירןאין די צייטן פון אחאב דער קעניג פון מלכות ישראל, ווען אחאב האט אנגעהויבן דינען עבודה זרה, האט אליהו אויסגערופן אז עס וועט קומען א טרוקנהייט אין לאנד, און אזוי איז טאקע געווען במשך דריי יאר, אליהו האט בדרך נס געהאט די גאנצע דריי יאר עסן און טרינקען.
אין תנ"ך שטייט נישט ווער איז געווען אליהו הנביא, פון וואנעט שטאמט ער אא"וו. אויך ווערט געברענגט זיינע אומנאטורליכע כוחות צו מאכן ניסים. און דערפאר איז דא א ווערסיע אז ער איז געווען א מלאך. דערפאר איז אנגענומען צו דערציילן אויף אים פיל מיסטישע געדאנקען:
- ס'שטייט אין נביא (ספר מלכים פרק ב') אז ער איז נישט געשטארבן נאטורליך, נאר איז ארויף מיט א פייערדיגן שטורעם אין הימל.
- מען זאגט אז ער וועט מגלה זיין פאר כלל ישראל אויפן ביאת המשיח.
- זיין גייסט קומט אין פארשידענע הייליגע פייערונגען, ביים פסחדיקן ליל הסדר און ביי א ברית מילה.
- מען זאגט אז ער אנטפלעקט זיך פאר צדיקים (״גילוי אליהו״).
- מען זאגט אז ער וועט פארענטפערן אלע איבעיות אין דער גמרא.