מסכת נדרים איז די דריטע מסכתא אין סדר נשים (דער דריטער סדר אין משניות). די מסכתא איז עוסק אין די דינים פון נדרים. די גמרא אין מסכת סוטה (דף ב' עמוד א') ערקלערט אז נאך פרק "המדיר" אין מסכת כתובות פאסט צו לערנען הלכות נדרים.

נעמען פון פרקים (קאפיטלעך) אין דער מסכתא רעדאַקטירן

  1. כל כנויי
  2. ואלו מותרין
  3. ארבעה נדרים
  4. אין בין המודר
  5. השותפין
  6. הנודר מן המבושל
  7. הנודר מן הירק
  8. קונם יין
  9. רבי אליעזר אומר (צען משניות) - דינים פון התרת נדרים - ווי אזוי מען עפנט א פתח מתיר זיין א נדר. דיני נדר "שהותר מקצתו הותר כולו". נדר שגגה (ווען איינער מאכט א נדר טראכטנדיק אז א זאך איז אמת און שפעטער ווערט ער געוואר אז ס׳איז נישט אמת).
  10. נערה המאורסה
  11. ואלו נדרים

מפרשים אויף דער מסכתא רעדאַקטירן

אין רוב מסכתות פון ש"ס בבלי ווערט געדרוקט ארום דער גמרא רש"י אין תוספות, אבער אין נדרים איז געדרוקט א מפרש (נישט רש"י) און דער ר"ן. רוב לומדים לערנען די גמרא מיטן ר"ן.