משניות
(אַריבערגעפֿירט פון משנה)
משניות איז א זאמלונג פון הלכות פון די צייטן פון די תנאים רעדאקטירט דורך ר' יהודה הנשיא אין אנפאנג פון דעם 3טן יארהונדערט.
משניות איז איינגעטיילט אויף 6 סדרים, און יעדע סדר איז צעטיילט אין פרקים, און יעדע קאפיטל איז צעטיילט אין משנה'עס. דאס זיינען די 6 סדרים:
- סדר זרעים - פארטוט זיך אין הלכות בנוגע ערדפלאנצונג (11 מסכתות).
- סדר מועד - פארטוט זיך אין הלכות שבת און יום טוב (12 מסכתות).
- סדר נשים - פארטוט זיך אין הלכות קידושין און גירושין (7 מסכתות).
- סדר נזיקין - פארטוט זיך אין דיני ממונות און משפט (10 מסכתות).
- סדר קדשים - פארטוט זיך אין הלכות וועגן דער מקדש און וועגן קורבנות (11 מסכתות).
- סדר טהרות - העוסק בעניני טהרה (12 מסכתות).
דער אנפאנג פון דער ערשטער מסכתא איז:”מאימתי קורין את שמע בערבין: משעה שהכהנים נכנסין לאכול בתרומתן, עד סוף האשמורת הראשונה, דברי רבי אליעזר. וחכמים אומרין, עד חצות. רבן גמליאל אומר, עד שיעלה עמוד השחר.” (מסכת ברכות (פרק א'))
פירושים אויף משניות
רעדאַקטירן- פירוש המשניות פונעם רמב"ם. דעם פירוש האט דער רמב"ם געשריבן אויף אראבישן זשארגאן; שפעטער האט מען אים איבערגעזעצט אויף לשון הקודש.
- פירוש הרע"ב פון רבנו עובדיה פון בארטענורע. (אויפן סטיל פון פירוש רש"י)
- "תוספות יום טוב" פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער (אזוי ווי "תוספות" אויף רש"י, אויפן פירוש פונעם רע"ב)
- "מלאכת שלמה" פון רבי שלמה עדני
- "תפארת ישראל" פון רבי ישראל ליפשיץ
וועבלינקען
רעדאַקטירןמשניות אויפן וועב [1] (ארכיווירט 05.12.2012 ביי Archive.today)