מסכת נזיר
מסכת נזיר איז די פערטע מסכתא אין סדר נשים (דער דריטער סדר אין משניות).
מסכת נזיר איז איינגעשלאסן אין סדר נשים כאטש זי איז נישט עוסק אין ענינים פון אישות. די גמרא (תלמוד בבלי) אין מסכת סוטה (דף ב עמוד א), ערקלערט אז מסכת נזיר געפינט זיך סדר נשים כדי זי זאל קומען גלייך נאך מסכת נדרים, ווייל נזירות איז א סארט נדר. מסכת נדרים געפינט זיך אין סדר נשים ווייל ס'איז דא אסאך דינים אין הלכות נדרים צווישן א פאטער און זיין טאכטער און צווישן א מאן און זיין ווייב. דער רמב"ם ברענגט דעם טעם אין זיין הקדמה צו פירוש המשניות.
נעמען פון די פרקים (קאפיטלעך) אין דער מסכתא
רעדאַקטירן- כל כנויי נזירות
- הריני נזיר
- מי שאמר
- מי שאמר
- בית שמאי
- שלשה מינין
- כהן גדול
- שני נזירים
- הגויים אין להם
לויט די דפים אין די היינטיגע געדרוקטע גמרות, געפינט זיך אין דער מסכתא (תלמוד בבלי) דער איינציגער עמוד וואס האט נישט קיין גמרא נאר תוספות, דף ל"ג עמוד ב'.
מפרשי המסכתא
רעדאַקטירן- אין מסכת נזיר, דער פירוש וואס איז גערופן "רש"י" האט נישט רש"י געשריבן. מען נעמט אן אז זיין איידעם - דער ריב"ן - האט אים געשריבן.
- תוספות אין דער מסכתא איז א לויפנדיגער פירוש אויף דער גמרא.