יידישקייט
ייִדישקײט אָדער ייִדנטום איז אַן אַברהמישע, מאָנאָטעאיסטישע, עטנישע רעליגיע וואָס מאכט אויס די געמיינזאמע רעליגיע, קולטור, און לעגאַלע טראַדיציע און ציוויליזאַציע פון דעם ייִדישן פאלק.[1]
עס האט ערשט ארויסגעשפראצט אלס אַן אָרגאַניזירטע רעליגיע אינעם מיטל מזרח, אין דער בראנדז עפאכע.[2] די היינטיגע יידישקייט האט זיך אנטוויקלט פון דער רעליגיע פון אוראלט ישראל און יהודה ביזן סוף 6'טן יארהונדערט לפני הספירה,[3] און ווערט אזוי באטראכט אלס איינע פון די עלטסטע מאָנאָטעיסטישע רעליגיעס.[4] ביי אידן ווערט יידישקייט באטראכט אלס דער אויסדרוק פון דעם בונד וואס גאט האט אויפגעשטעלט מיט זייערע אבות, די בני ישראל.[5] זי אַנטהאלט אין זיך אַ ברייטע זאמלונג פון געשריבענע ווערק, געפירעכטס, השקפות אין אמונה, און פארמען פון אָרגאַניזירונג.
די תורה, ווי עס ווערט געווענליך פארשטאנען ביי יידן, איז א טייל פון די כתבים וועלכע זענען באקאנט אלס "תנ"ך". דער תנ"ך איז אויך באקאנט ביי וועלטליכע געלערנטע און די נושא פון רעליגיעס אלס דער העברעאישער תנ"ך. איר ביילאגע, די תורה שבעל פה, ווערט רעפּרעזענטירט אין שפּעטערדיגע כתבים ווי דער מדרש און די גמרא. דאס לשון־קודש ווארט תורה קען באדייטן "אויסלערנען", "חק (געזעץ)", אדער "הוראה (אנווייזן)",[6] הגם "תורה" קען אויך ווערן גענוצט אלס א אלגעמיינער טערמין וואס די מכוון איז יעדע אידישן כתב וואס איז מסביר אדער טוט מרחיב זיין אין די אָריגינעלע חמשה חומשי תורה. די תורה, רעפּרעזענטירנדיג די יסוד פון די ייִדישע רוחניות'דיג און רעליגיעזע מסורה, איז אַ טערמין און אַ ריי לערנונגען וואָס זענען בפירוש אויף זיך מעיד די מיינונג אז זי באשטייט פון מינדסטער זיבעציג, און אפשר גאר עד אין סוף, שיטות און אפטייטשן.[7] יידישקייט'ס כתבים, טראדיציעס, און השקפות, האבן שטארק באאיינפלוסט די שפעטערע אברהמישע רעליגיעס, אריינגערעכנט קריסטנטום און איסלאם.[8][9] העברעאיזם, ווי העלעניזם (מתיוונים), האָט געשפילט אַ שטארקע ראָלע אין דער פאָרמירונג פון מערב ציוויליזאַציע, דורך איר ווירקונג אלס אַ יסודת'דיגן הינטערגרונט עלעמענט פאר די התחלה פון קריסטנטום.[10]
אין אידישקייט זענען פאראן פארשידענע רעליגיעזע באוועגונגען, רוב פון זיי זענען ארויסגעקומען פון רבנישע אידישקייט[11][12] וואס האלט אז גאט האט אנטפלעקט זיין תורה און מצוות צו משה רבינו אויפן בארג סיני סיי אין פארם פון תורה שבכתב און סיי תורה שבעל פה.[13][14] היסטאָריש, איז די שטעלונג גענצליך אדער טיילווייז געטראפן געווארן מיט קעגנערשאפט פון פאַרשידענע גרופּעס, ווי די צדוקים און העללעניסטן אינעם זמן בית שני;[15] די קראים אין דער פריער און שפעטער מיטל-אלטערישער תקופה; און צווישן חלקים פון די לעטצדיגע נישט-ארטאדאקסישע חלקי היהדות.[16] עטליכע היינטיגע צווייגן פון ייִדישקייט, אַזאַנס ווי הומאַניסטישע ייִדישקייט, קענען אפשר גערעכנט ווערן אלס סעקולאר אָדער אומטהעיסטיש.[17][18] היינט זענען די גרעסטע יידישע רעליגיעזע באוועגונגען די ארטאדאקסישע יידישקייט (חרדי יידישקייט און מאדערן אָרטאָדאָקסישע יידישקייט), קאָנסערוואַטיווע אידישקייט און רעפארם. הויפּט חילוקים צווישן די גרופּעס זענען זייער צוגאַנג צו הלכה, די אויטאָריטעט פון דער רבנות טראַדיציע, און דאס חשיבות און וויכטיגקייט פון מדינת ישראל.[19][20][21] די ארטאדאקסישע יידישקייט האלט אז די תורה און הלכה זענען פון גאט, אייביג און אומבייטיג, און מען דארף זיי שטרענג היטן. קאָנסערוואַטיווע און רעפארם יידישקייט זענען מער ליבעראַל, מיט אבער קאָנסערוואַטיווע יידישקייַט פארקויפנדיג א אפטייטשונג פון יידישקייַט'ס פארלאנגן וואס איז מער טראַדיציאָנעליסטיש ווי רעפאָרם יידישקייַט.[22] א טיפישע רעפארם פאזיציע איז, אז מען דארף באטראכטן די הלכה אלס א סכום אלגעמיינע גיידליינס אנשטאט ווי א סכום באגרעניצונגען און אבליגאציעס וואס זענען א חוב אויף אלע יידן. היסטאָריש האָבן בתי דין ענפארסירט הלכה; הייַנט, הגם בתי דין עגזיסטירן נאך, איז אָבער דאס היטן ייִדישקייט מערסטנס פרייוויליג.[23] אויטאָריטעט אויף השקפה, אמונה, און הלכה, איז נישט אנגעהאנגן אין איין ספעציפישע מענטש אָדער אָרגאַניזאַציע, נאר אין די כתבי קודש, און אין די רבנים און תלמידי חכמים וואָס טוען זיי אפלערנען.
יידן זענען אַן עטנאָרעליגיעזע גרופּע, אַרייַנגערעכנדיג געבוירנע יידן (דהיינו "עטנישע יידן") און גרים. אין 2019 איז די וועלטס יידישע באפעלקערונג געשטאנן ביי א געשאצטע 14.7 מיליאן, בערך 0.19% פון די גאנצע וועלטס באפעלקערונג.[24] אין 2021 האבן דאן אומגעפער 45.59% פון אלע יידן געוואוינט אין ישראל, און נאך 42.06% אין די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע, רוב פון די איבעריגע וואוינענדיג אין אייראפע, און אנדערע מינאריטעיטן זייענדיג פארשפרייט איבער לאטיין אמעריקע, אזיע, אפריקע און אויסטראליע.[25]
היסטאריע רעדאַקטירן
התחלה פון יידישקייט רעדאַקטירן
ביי איר שורש, איז די תנ"ך אַן אפרעכענונג איבער די שייכות פון דער בני ישראל מיט גאָט, פון זייער פריעסטע געשיכטע, ביזן בנין בית המקדש השני (בערך 535 ל"ה). די תורה פייערט אברהם אבינו אלס דער ערשטער עברי און דער פאטער פון דעם ייִדישן פאלק. אלס שכר פאר זיין מעשה פון אמונה אין איין גאט האט ער באקומען אן הבטחה אז יצחק, זיין צווייטער זון, וועט ירשענען ארץ ישראל (וואס האט דעמאלטס גהייסן כנען). שפעטער זענען די קינדער פון יצחק'ס זון יעקב פארקנעכטעט געווארן אין מצרים , און גאט האט באפוילן פאר משה ער זאל אנפירן דעם יציאת־מצרים. בײַם באַרג סיני האָבן זיי באַקומען די תורה — די פינף ספרי משה. די דאָזיגע ספרים, צוזאַמען מיט נבֿיאים און כתובים, זענען באַקאַנט אלס תורה שבכתב, לאפוקי פון תורה שבעל פה - די משנה און גמרא. עווענטועל האט זיי גאט געפירט קיין ארץ ישראל וואו די משכן איז געשטעלט געווארן אינעם שטאט שילה, און איז דארטן געבליבן פאר איבער 300 יאר צו פארזאמלן דאס פאלק קעגן אטאקירענדע שונאים. מיט די צייט האט די מדרגה רוחניות פונעם פאָלק זיך דערנידערט, האט גאָט ערלויבט פאר די פלשתים צו פארכאַפּן דעם משכן. דאָס יידישן פאלק האָט דאַן געזאָגט צו שמואל הנביא אַז מען דאַרף באַהערשן אַ שטענדיגן מלך, און שמואל האָט באַשטימט שָאול צו זײַן קעניג. ווען דאָס פֿאָלק האָט געדריקט שָאול המלך צו גיין קעגן אַ באַפעל וואָס שמואל אים האָט איבערגעגעבן, האָט גאָט געזאָגט פאר שמואל ער זאָל שטעלן דוד אין זיין אָרט.
איינמאל דער מלך דוד האט זיך אוועקגעשטעלט, האט ער געזאגט פאר נתן הנביא אז ער וויל בויען א קביעת'דיגן בית המקדש, און אלס שכר פאר זיינע מעשים האט גאט צוגעזאגט פאר דוד אז ער וועט ערלויבן זיין זון שלמה זאל בויען דעם בית ראשון, און אז דער קעניגליכן שטול וועט קיינמאל נישט אוועקגיין פון זיינע קינדער.
לויט קריטישע געלערנטע, באשטייט די תורה פון סתירה'דיגע כתבים וועלכע זענען רעדאקטירט געווארן אינאיינעם, און אין די ענד רעזולטאט דערקענט זיך מחולק'דיגער אפרעכענונגן.[26][27][28] עטליכע פון די געלערנטע, ווי פראפעסאר מארטין ראוז און דשאן ברייט, שלאָגן פֿאָר אַז אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש האבן די יידן געגלייבט אַז יעדעס פאָלק האט זיך זייַן אייגן גאָט, אָבער אַז זייער גאָט איז העכער פון אנדערע געטער.[29] [30] מאנכע ווילן זאגן אז שטרענגע מאנאטעיזם (אז עס איז נאר פאראן איין גאט) האט זיך אנטוויקלט בשעת גלות בבל, מעגליך אין רעאַקציע צו זאָראָאַסטריאַניזם'ס אמונת שיטוף.[31] לויט דעם מיינונג, איז ערשט געווען אין דער תקופת החשמונאים וואס רוב יידן האבן געגלייבט אז זייער גאט איז דער איינציגער גאט, און ערשט דעמאלטס האט זיך געשאפן דער באגריף פון א קלאר באגרענעצט יידישן פאלק וואס איז פונקט ווי דער יידישער רעליגיע.[32] דשאן דעי טענה'ט אַז דאס וואס די תורה דערמאנט יהוה, אל, אשרה, און בעל, קען זייער ערשטע מקור זיין פון פריערדיגע כנעני'שע רעליגיע, וואָס איז געווען באזירט אויף אַ גרופע פון געטער, ענליך צו די גריכישע פּאַנטהעאָן.[33]
אנטוויקלונג פון הלכה רעדאַקטירן
די רבנישע טראדיציע האלט אז די פּרטים און אויסטײַטשונגען פון דער מצוות און אזהרות התורה, די תורה שבעל פה, זענען ארגינעל געווען אן אומגעשריבענע מסורה באזירט אויף דער זאכן וואס גאט האט געזאגט צו משה אויפן בארג סיני. אזוי ווי אבער די רדיפות קעגן די אידן האבן זיך געמערט, און א סכנה האט געהוירט אז די פּרטים וועלן פארגעסן ווערן, האט רבי יהודה הנשיא פארשריבן די דאזיגע הלכות אין דער משניות, און בערך אין יאר 200 לספירה האט מען זיי רעדאקטירט. דער תלמוד איז געווען א צוזאמשטעל פון משנה, און גמרא - פירושים פון רבנים וועלכע זענען רעדאקטירט געווארן איבער די קומענדיגע דריי יארהונדערטן. דער גמרא האָט אריגינירט אין צוויי הויפּט תורה צענטערן, פּאַלעסטינע און בבל.[34] עס האבן זיך אנטוויקלט צוויי דרכי הלימוד, און עס זענען באשאפן געווארן צוויי חיבורים פון תלמוד; דער עלטערע חיבור ווערט גערופן תלמוד ירושלמי. עס איז צונויפגעשטעלט געווארן אין פּאַלעסטינע, ערגעץ אינעם פערדן יאָרהונדערט.[35] דער תלמוד בבלי איז צונויפגעשטעלט געווארן פון דיסקוסיעס אין די בתי מדרש פון די אמוראים רבינא א', רבינא ב', און רב אשי, ביז 500 לספירה, הגם עס איז שפּעטער ווייטער רעדאקטירט געווארן.
אוראלטע תקופה רעדאַקטירן
לויט דעם תנ"ך, איז די ממלכה המאוחדת (פאראייניגטע מאנארכיע) געגרינדעט געווארן אונטער שאול און האט ממשיך געווען אונטער דוד און שלמה, מיט איר הויפטשטאט אין ירושלים. נאָך שלמה'ס מלוכה האָט דאָס פאָלק זיך צוטיילט אין צוויי מלכיות, מלכות ישראל (אין צפון) און מלכות יהודה (אין דרום). דער מלכות ישראל איז חרובֿ געוואָרן אום אומגעפער 720 לפנה"ס, ווען דער ניי-אַססיריאַנער אימפעריעעס האבן איר איינגענומען;[36] פילע מענטשן פונעם הויפּטשטאָט שומרון זענען גענומען געווארן אין געפענגעניש צו די שטאט מעדיע און די כאַבור טייך טאָל. די מלכות יהודה האט ממשיך געווען אלס אַן אומאָפּהענגיגן קעניגרייך, ביז עס איז איינגענומען געווארן אין 586 לפנה"ס דורך נבוכדנצר דער צווייטער פון די ניי-בבל'ישן אימפעריע. די בבליים האָבן חרובֿ געמאכט ירושלים און דעם ערשטן בית המקדש, דער צענטער פון דער אור אַלטער ייִדישער עבודה. די בני יהודה זענען געגאנגן אין גלות בבל, וואס ווערט באטראכט אלס דער ערשטע גלות פון יידן פון זייער לאנד. שפּעטער האבן זיך פילע אומגעקערט צו זייער היימלאַנד, נאָך וואס די פּרס'ישע אַטשעמעניד אימפעריע האט איינגענומען בבל זיבעציג יאר דערויף, אַ געשעעניש באקאנט אלס שיבת ציון. מען האָט געבויט אַ צווייטן בית המקדש און ווידער ממשיך געווען מיט דער עבודת המקדש אזוי ווי פריער.
אין די ערשטע יארן פון בית שני, איז די העכסטע רעליגיעזע אויטאָריטעט געווען אַ ראט באקאנט אלס די כנסת הגדולה, געפירט דורך עזרא הסופר. צווישן די דערגרייכונגען פון דער כנסת הגדולה, איז אז אין דער צייט איז געשריבן געווארן די לעצטע ספרי תנ"ך, און דער רשימת ספרי תנ"ך איז געשלאסן געווארן. פֿונעם דריטן יאָרהונדערט לפנה"ס אן האָט זיך העללעניסטישע ייִדישקייט פֿאַרשפּרייט ביז פּטאָלעמאַיש מצרים.
בשעת דער גרויסער ייִדישער אויפשטאנד, א געשיכטע (66–73 לספירה) וואס ווערט ברייט באריכטעט אין דער ספרי יוסיפון, האָבן די רוימער געפלונדערט ירושלים און חרוב געמאכט דעם צווייטן בית המקדש. שפעטער האט דער רוימישער קייסער האדריאן געבויט אן עבודה זרה אויפן הר הבית און פארבאטן ברית מילה; די דאָזיגע קולטורמארד אַקטן האָבן אונטערגעצינדן דעם מרד בר כוכבא (132–136 לספירה), דערנאך האבן די רוימער פאַרבאָטן תורה לערנען און די פייערונג פון יידישע ימים טובים, און מיט געוואלד ארויסגעצויגן כמעט אלע יידן פון די ערי יהודה. אין יאר 200 לספירה האבן יידן באקומען רוימישע בירגערשאַפט, און יידישקייַט איז געווען אנערקענט אלס אַ רעליגיאָ ליסטאַ ("לעגיטימע רעליגיע"), ביז די אויפקום פון גנאָסטיסיסם און די התחלה פון קריסטנטום אין די פערטע יאָרהונדערט.
נאך דעם וואס ירושלים איז געווען חרוב און די די יידן זענען געווען פארטריבן, איז עבודה ביי יידן שוין נישט מער געווען צענטראלאזירט ארום דעם ביהמ"ק; תפילה האט גענומען דעם ארט פון קרבנות, און עבודה איז איבערגעפרישט געווארן און די צורה פון א קהילה (רעפרעזענטירט מיט מינימום צען דערוואקסענע מענער), און דאס גרינדונג פון די אויטאָריטעט פון רבנים, וועלכע האָבן גענומען דאס ארט אלס רבי'ס און פירער פון אינדיווידועלע קהילות.[37]
הויפּטע כאראקטעריסטיקן פון יידישקייט רעדאַקטירן
יידישקייט איז אויסגעצייכענט מיט עטלעכע מצוות וואס יעדער איינער דארף היטן: שבת, כשרות און טהרת המשפחה.
שבת און יום טוב רעדאַקטירן
דער זיבעטער טאג יעדע וואך איז שבת, וואס הייבט אן ווען די זון גייט אראפ פרייטיק, ביז דריי שטערן קומען ארויס נאך שבת. עס זענען פאראן 39 אבות מלאכות (הויפט סארטן ארבעט) אום אומצאליגע תולדות, ווי אויך תקנות און גזירות פון חז״ל, זאכן וואס מען טוט נישט שבת. אויך ברענגט מען אריין שבת מיט קידוש פרייטיק צונאכט (אויך קידוש שבת בייטאג) און מען מאכט הבדלה שבת-צונאכט צו ווייזן אז די נייע וואך האט אנגעהויבן.
כשרות רעדאַקטירן
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – כשרות
כשרות איז איינע פון די צענטראלע מצוות פון יידישקייט, מיט וואס מען באצייכנט זיך אלס ייד. די הויפט הלכות פון כשרות זענען:
- וועלכע בעלי חיים מעג מען עסן
- שעכטן בהמות, חיות און עופות פארן עסן
- נישט עסן בלוט
- נישט עסן בשר בחלב, פון וואס שטאמט אז א יידישע קיך האט באזונדערע מיליכיגע און פליישיגע כלים.
טהרת המשפחה רעדאַקטירן
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – טהרת המשפחה
דאווענען רעדאַקטירן
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – דאווענען
א ייד דאווענט דריי מאל א טאג, אינדערפרי שחרית, נאכמיטאג מנחה און ביינאכט מעריב. געוויסע טעג, ד"ה שבת, ראש חודש, יום טוב און חול המועד, דאווענט מען מוסף נאך שחרית. איין טאג אין יאר, יום כיפור, דאווענט מען א פינפטע תפילה, נעילה, פארנאכט.
לערנען תורה רעדאַקטירן
די תורה באשטייט פון תורה שבכתב, די פינף ספרים פון דער תורה, און תורה שבעל פה, וואס נעמט איין משנה, גמרא, תוספתא, מדרשים און אלץ וואס די חכמים דורך די דורת זענען מחדש. לערנען תורה איז איינע פון די מצוות וואס א ייד דארף מקיים זיין, אבער לערנען תורה האט א ספעציעלן ארט אין דעם לעבן פון א ייד.
היטן מצוות רעדאַקטירן
ארץ ישראל רעדאַקטירן
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ארץ ישראל
יידישע גלויבונג רעדאַקטירן
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אידישע אמונה פרינציפן
יידישקייט האט נישט קיין סיסטעם פון דאגמעס אזוי ווי אנדערע רעליגיעס. אין יידישקייט לייגט מען א דגש אויף פראקטישע מצוות (מצוות מעשיות). דאך זענען פאראן אנגענומענע עיקרים פון אמונה וואס די גדולים פון די פריערדיקע דורות האבן צאמגעשטעלט. מערסט באוואוסט זענען די דרייצן עיקרים פונעם רמב"ם, וואס הייבט אן מיט אמונה אין איין גאט, וואס האט נישט קיין קערפער און נישט קיין פארעם, אויך אמונה אין נבואה, און איבער אלע נביאים די תורה וואס משה רבנו האט אראפגעבגרענגט. אנדערע הויפט פרינציפן זענען אמונה אין משיח, אין עולם הבא און אין תחיית המתים.
איינער פון די דרייצן עיקרים איז גלייבן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, אזוי ווי עס שטייט אין ספר בראשית, אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין זעקס טעג, און אין דעם זיבעטן טאג האט דער אייבערשטער גערוט פון זיין ארבעט. די יאר ציילונגען אין דער יידישער לוח וואס איז היינט אנגענומען הייבן אן פון אנהייב דעם יאר אין וואס די וועלט איז באשאפן געווארן (איין יאר פאר דעם באשאפן אדם הראשון). מען ציילט די יארן מיט יידישע נומערן, דאס הייסט ניצנדיק די אותיות פון א״ב; לויט דעם איז דאס יאר ה'תשפ"ד דאס 5784סטע יאר צו בריאת העולם (דער אות ה' אין אנהייב באדייט די טויזנטער).
אין ספר בראשית ווערט געברענגט אז אדם הראשון און חוה זענען באשאפן געווארן די לעצטע, אום זעקסטן טאג. נאך דעם חטא פונעם עץ הדעת זענען אדם און חוה געווארן פארטריבן פון גן עדן, און מיט דעם הייבט אן די געשיכטע פון דער מענטשהייט.
יידן איבער דער וועלט רעדאַקטירן
במשך די יארן זענען די יידן געווארן באזונדערע עטנישע גרופעס אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט: די אשכנזים פון מזרח און צענטראלער אייראפע, די ספרדים פון שפאניע, פארטוגאל און צפון אפריקע, די עדות המזרח פון בבל און אינדיע, די תימנים פונעם אראבישן האלבאינדזל. כאטש דער נוסח התפילה ענדערט זיך צווישן די פארשידענע גרופעס אבער אלע האלטן איין תורה.
איִדן אין אײראָפּע רעדאַקטירן
כּלל ישׂראל האָט זיך פלאצירט אין משך די פֿאַרגאַנגענע דורות אין דער מזרח און אין די צענטראַלע אָפּטײלונג. אײראָפּע איז אַ יבשה אױף מזרח זײט פֿונעם ערד קוגל, זי גרענעצט זיך מיט אַזיע, זי פֿאַרמאָגט פילע לענדער, פיל פֿון זײ זענען אומבאַקאַנטע נעמען פֿאַר איִדן װעלכע האָבן גאַנץ װײניג געהאַט פֿאַרבינדונגען מיט זײ אין די היסטאָריע. ייִדן זענען געקומען צו דער אײראָפּעיִשער יבשה נאָך אין די צײַטן פֿונעם צװײטן ביהמ"ק, אין לױף פֿון די דורות האָבן איִדן געװאַנדערט פֿון אײן לאַנד צום צװײטן אין אײראָפּע.
שבת | תורה | תפילה |
---|
הייליגע טעג
ימים טובים | פאַסט טעג | געדיינקט טעג |
---|---|---|
|
ספרים
- תנ"ך: ספר תורה - נביאים כתובים - טעמי המקרא - מקראות גדולות
- משנה: ברייתא - תוספתא
- גמרא: תלמוד בבלי - תלמוד ירושלמי
- מדרשים: מדרש רבה - מדרש תנחומא
- פירושי התלמוד: רא"ש - מנחם המאירי - תוספות - רש"י
- ספרי הלכה: שולחן ערוך - שולחן ערוך הרב - רמ"א - משנה תורה - ארבעה טורים - משנה ברורה
- ספרי מחשבה: הכוזרי - הרב קוק - ישעיהו לייבוביץ - מהר"ל - מורה נבוכים - סעדיה גאון
- ספרי מוסר: קב הישר - מסילת ישרים - חובת הלבבות
- חסידישע ספרים: תניא - בעל שם טוב - קדושת לוי - ליקוטי מוהר"ן - אוהב ישראל
- קבלה: משה חיים לוצאטו - ספר הזוהר - תורת הצמצום - עץ חיים - אשלג - שלום יהודה גראס
בעוווסטע און בארימטע מענטשן
אין תנ"ך | ביַי די חז"ל | ביַי די ניַיע ציַיט |
---|---|---|
געמיינדעס רעדאַקטירן
פריעריגע געמיינדעס | צייטליכע געמיינדעס |
---|---|
רעפערענצן רעדאַקטירן
- ↑ http://www.jewishencyclopedia.com/articles/9028-judaism
- ↑ https://web.archive.org/web/20110513215113/http://www.bbc.co.uk/religion/religions/judaism/history/history_1.shtml
- ↑ https://books.google.com/books?id=s8kA6eaz7hsC&pg=PA224
- ↑ https://web.archive.org/web/20180315052851/http://www.pbs.org/wgbh/globalconnections/mideast/themes/religion/
- ↑ https://web.archive.org/web/20110827210045/http://berkleycenter.georgetown.edu/resources/traditions/judaism
- ↑ https://web.archive.org/web/20220311174152/https://aish.com/what-is-torah/
- ↑ https://web.archive.org/web/20220311174951/https://www.sefaria.org/sheets/22645?lang=bi
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/Special:BookSources/978-1-55876-144-5
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/ISBN_(identifier)
- ↑ Cambridge University Historical Series, An Essay on Western Civilization in Its Economic Aspects, p.40: Hebraism, like Hellenism, has been an all-important factor in the development of Western Civilization; Judaism, as the precursor of Christianity, has indirectly had had much to do with shaping the ideals and morality of western nations since the christian era.
- ↑ https://books.google.com/books?id=nQDkLzQimk8C
- ↑ https://web.archive.org/web/20200612181058/https://www.britannica.com/topic/Rabbinic-Judaism
- ↑ https://web.archive.org/web/20020112052251/http://www.torah.org/learning/basics/primer/torah/oraltorah.html
- ↑ https://web.archive.org/web/20210308032107/https://www.britannica.com/topic/Sadducee
- ↑ https://books.google.com/books?id=nQDkLzQimk8C
- ↑ http://www.jewishencyclopedia.com/articles/9211-karaites-and-karaism
- ↑ https://web.archive.org/web/20210108004353/https://www.jstor.org/stable/40604707
- ↑ https://www.jstor.org/stable/j.ctv941t1h.14
- ↑ https://www.encyclopedia.com/philosophy-and-religion/judaism/judaism/judaism
- ↑ https://web.archive.org/web/20210108095604/https://www.jstor.org/stable/10.2979/jss.2009.15.3.56
- ↑ https://web.archive.org/web/20210109101053/https://www.jstor.org/stable/25834177
- ↑ https://web.archive.org/web/20210427182340/https://www.jstor.org/stable/26864696
- ↑ https://web.archive.org/web/20150427092415/http://www.britannica.com/EBchecked/topic/63134/bet-din
- ↑ https://www.jewishdatabank.org/content/upload/bjdb/2019_World_Jewish_Population_(AJYB,_DellaPergola)_DataBank_Final.pdf
- ↑ https://web.archive.org/web/20230210203455/https://worldpopulationreview.com/country-rankings/jewish-population-by-country
- ↑ Yehezkal Kauffman, The Religion of Israel
- ↑ Robert Alter, The Art of Biblical Poetry
- ↑ E. A. Speiser, Genesis (The Anchor Bible)
- ↑ John Bright, A History of Israel
- ↑ Martin Noth, The History of Israel
- ↑ Ephraim Urbach, The Sages
- ↑ Shaye Cohen, The beginnings of Jewishness
- ↑ John Day, Yahweh and the Gods and Goddesses of Canaan, p. 68
- ↑ https://web.archive.org/web/20190503060143/http://www.jewishencyclopedia.com/articles/14213-talmud
- ↑ https://web.archive.org/web/20190503060143/http://www.jewishencyclopedia.com/articles/14213-talmud
- ↑ https://web.archive.org/web/20230210203455/https://books.google.com/books?id=etTUEorS1zMC&pg=PAPA174
- ↑ https://books.google.com/books?id=nQDkLzQimk8C
<ref>
טאַג מיטן נאָמען "Population of Jews" דעפֿינירט אין<references>
נישט געניצט אין פֿריערדיקן טעקסט.