תלמוד בבלי
דער תלמוד בבלי, אדער גְמָרא, איז א זאמלונג פֿון ערקלערונגען אויף דער משנה פֿון די אמוראים, די רבנים און תלמידי חכמים וואס האבן געלעבט אין דער תקופה נאך דער חתימת המשנה. עס איז דא צוויי תלמודים, דער תלמוד בבלי און דער תלמוד ירושלמי. לויט דער טראדיציע האבן רבינא און רב אשי רעדאקטירט דעם תלמוד בבלי. זיי האבן געלעבט אין דעם פֿינפֿטן יאָרהונדערט אין פערסיע. דער תלמוד ירושלמי איז צוזאמענגעשטלט געווארן דורך רבי יוחנן און זיינע קאלעגען, וואס האבן געלעבט אים פֿערט'ן יאָרהונדערט אין ארץ ישראל.
צייטליך פֿאנגט די פעריאדע פֿון דעם תלמוד אָן מיט דעם שרייבן פֿון דער משנה, אומגעפֿער אין יאר 200 למנינם. פֿון דאן אָן הייסן די גרעסטע רעליגיעזע לערער נישט מער תנאים נאר אמוראים.
חאטשע די תלמודים זענען געווארן רעדאקטירט דורך רבינא און רב אשי איינערזייטס, און רבי יוחנן מיט זיינע קאלעגען אנדערזייטס, האט דער תלמוד דאן נאך נישט געהאט די היינטיגע פֿארעם. בעזאנדערס דער באבילאָנישער תלמוד איז געווארן ווייטער פֿארארבעטעט דורך די רבנן סבוראי, די אנאָנימע אנפֿירער פֿון דעם זעקסטן יאָהרהונדערט.
(אַרױסגערעדט: געמאָראַ) דאָס װאָרט „גמרא“ שטאַמט פֿון אַראַמיִש, דער טײַטש איז „לערנען“, און דערמיט װערט אױך באַצײכנט דער פירוש און צוגאַב צו דער משנה װאָס איז באַקאַנט אַלס „גמרא“. װעגן דעם צוזאַמענשטעל פֿון גמרא, צײַט פֿון דער רעדאַקציע און איר אינהאַלט געבן מיר בײַם זוכװאָרט "תּלמוד".
איבעיא
רעדאַקטירןעס איז די אפטייטש פון א "שאלה" אין אראמיש. מיר געפונען זייער אסאך אין גמרא "איבעיא להו" וואס דער רבי אין חדר פלעגט טייטשן "האבן די בני ישיבות א בעיא געפרעגט.
ווען בן יהודה האט ערפינדען דער שפראך עברית האט ער אויף דעם יסוד איבערגעטייטשט דאס ווארט פראבלעם אויף "בעיה". ווייל א שאלה מיט א פראבלעם זענען אינעם זעלבן גאנג.
די מפרשים זאגן אז ווען עס שטייט אין גמרא "תיקו" נאך אן איבעיא איז דאס די ראשי תיבות פון תשבי יתרץ קושיות ואבעיות. תשבי איז נאך א נאמען פאר אליהו הנביא וואס על פי חז"ל גייט זיך אנטפלעקן פאר משיח קומט, און פארענטפערן אלע שווערע ספיקות.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- גמרא אויפן וועב (ארכיווירט 11.10.2013 ביי Archive-It)