הַר סִינָי איז דער נאמען פון א היסטארישן בארג וואס ווערט פיל מאל דערמאנט אין דער תורה. אויך ווערט דער בארג דעמאנט אלס הר חורב.

געאגראפיע

רעדאַקטירן

דער בארג סיני געפינט זיך אין א בערגיגן מדבר וועלכער איז אנגערופן אין תנ"ך אויפן נאמען פונעם בארג, 'מדבר סיני'. דער פונקטליכער ארט פונעם בארג איז היינט שווער אנצוצייכענען, וויבאלד עס געפונען זיך אין יענעם געגנט פיל בערג און בערגלעך. אין צייט פון תנ"ך איז יענער גאנצער געגנט געווען בלויז א ליידיגער מדבר און עס איז נישט געווען אונטערן קאנטראל פון קיין שום לאנד. עס איז אויף צפון פון די היסטארישע מצרים און אויסער די דרום'דיגע גרעניצן פון ארץ ישראל.

היינט איז דער נאמען סיני אויסגעשפרייט געווארן אויפן גאנצן ראיאן, וואס ווערט גערופן דער 'סיני האלב-אינזל'. דער ראיאן געפונט זיך אין די גרעניצן פון עגיפטן לויטן שלום וואס זיי האבן געשלאסן מיט ישראל אין יאר 1979.

וויכטיגע געשעענישן

רעדאַקטירן

אין דער תורה איז דער בארג סיני דער פלאץ פון עטליכע גאר וויכטיגע געשעענישן. דארט האט גאט געזאגט פאר משה רבינו ארויסצונעמען די אידן פון מצרים[1], און ער האט דארט געזען דעם וואונדערליכן פייער אויפן 'סנה' (א געוויסע דארנבוים). שפעטער איז דארט געווען דער פלאץ פון מתן תורה וואו די אידן האבן געהערט די עשרת הדברות. דארט איז משה רבינו ארויפגעגאנגען און געבליבן פאר פערציג טעג און פערציג נעכט נאכאנאנד, דארט האט ער באקומען די גאנצע תורה פון אייבערשטן, און דארט האט גאט געזאגט פאר די אידן "והייתם לי סגולה מכל העמים" און "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש"[2].

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז די שטיינער פון יענעם בערגיגן געגנט האבן אין זיך אזעלכע שטריכן און צייכענעס אין א פארעם וואס זעט אויס ווי די צווייגן פון א 'סנה'. די שטריכן פילן אן דעם גאנצן אינהאלט פונעם שטיין, אזוי אז אפילו מען צושפלינטערט די שטיין אויף קליינע שטיקלעך, פארבלייבט נאך אלס דערויף די צורה פון א סנה.

נאמען פונעם בארג

רעדאַקטירן

חז"ל זאגן[3] אז דער ארגינאלע נאמען פונעם בארג איז הר חורב, און זייט מתן תורה האט דאס באקומען דעם נאמען הר סיני, א לשון פון שנאה, פיינדשאפט, וויבאלד דעמאלט איז צוליב דעם בארג אראפגעקומען א פיינדשאפט צו די נישט אידישע פעלקער ווייל זיי האבן נישט מקבל געווען די תורה. אן אנדערע דעה איז דא אין חז"ל פונקט פארקערט, אז דער ארגינאלער נאמען איז הר סיני און זייט מתן תורה האט עס באקומען דעם נאמען הר חורב, א לשון פון חורבן, וויבאלד דעמאלט איז אראפגעקומען א חורבן צו די נישט אידישע פעלקער וואס האבן נישט מקבל געווען די תורה.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. שמות פרק ג
  2. שמות יט, ה - ו
  3. תלמוד בבלי מסכת שבת דף פט