בית המקדש

(אַריבערגעפֿירט פון בית שני)

בית המקדש (וואס איז טייטש הייליג הויז) איז געוועזן דער ארט וואס דער אייבערשטער האט באפוילן פאר זיינע יידישע קינדער זיי זאלן מאכן פאר אים, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - זיי זאלן מאכן פאר מיר א מקדש, און איך וועל רוען אין זיי [1], און איז געוועזן דער ארט ווו די אידן האבן געטון די עבודה (גאט'ס דינסט) פון מקריב זיין קרבנות און זינגען פאר גאט.

צעשפרייטע מזבחות

רעדאַקטירן

ביז ווען שלמה המלך האט געבויט דער בית המקדש, האבן די אידן מקריב געווען קרבנות אויף מזבחות וואס זיינען געווען צעשפרייט אין דעם גאנצן לאנד. אויך נאך וואס שלמה המלך האט געבויעט דעם בית המקדש האבן רוב מלכים איינגעפירט צו דינען גאט צודערצו אויך אין צעשפרייטע מזבחות אויסער דער בית המקדש.

לויט ספר מלכים און ספר דברים דארף מען דינען גאט נאר אין דעם בית המקדש און ס'איז פארבאטן צו דינען אין צעשפרייטע מזבחות.

די מלכים וואס האבן איינגעפירט צו דינען גאט נאר אין בית המקדש:

די תורה האט געהייסן פאר די אידן אין מדבר אז זיי זאלן בויען א הייליג הויז פאר גאט כדי ער זאל קענען רוען דארטן, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם (ספר שמות).

ווי לאנג די אידן זענען געווען אין מדבר האבן זיי גענוצט אזא פראוויזאריש פלאץ וואס מען האט גערופן דער משכן.

בית ראשון

רעדאַקטירן

דער ערשטער בית ווערט אנגערופן דער בית ראשון, דאס האט געבויעט שלמה המלך אין ירושלים אויף בארג-מוריה, נאך וואס גאט האט צוגעזאגט דוד המלך אז זיין קינד וועט בויען דער בית המקדש (און נישט דוד, וויבאלד דוד האט געפירט א סך מלחמות און געגאסן פיל בלוט.‏[2] שלמה המלך האט געבויט דער בית המקדש אין יאר 2928 (ב'תתקכ"ח). דער בית ראשון איז געשטאנען 410 יאר.

ביים בויען דעם בית

רעדאַקטירן

נאך וואס שלמה המלך האט געבויעט דער ערשטער בית, אין דער זיבעטער מאנאט חג הסוכות, (לויט די ציילונג אין די תורה,) האבן די כהנים געבריינגט פון עיר דוד די הייליגע כלים, דער ארון הקודש, אוהל המשכן אא"וו צום בית המקדש. און דאן איז געשען א נס, אז דער בית איז אנגעפילט געווארן מיט א וואלקן פון גאט ”והענן מלא את בית ה'” (מלכים א' פרק ח'). אזוי ווי ס'איז געשען ווען משה רבינו האט געבויעט דער משכן ”וכבוד ה' מלא את המשכן” (שמות מ').

חורבן הבית

רעדאַקטירן

דער בית המקדש איז חרוב געווארן דורך נבוכדנצר דער קעניג פון בבל אין יאר 3338 (ג'של"ח). די רעליגיע סיבה פון חורבן הבית (לויט ספר מלכים) איז ווייל אזעלכע קיסרים פון מלכי יהודה האבן געזינדיקט פאר גאט און געדינט עבודה זרה (ווי מנשה).

אזוי ווערט אנגערופן דער צווייטער בית, דאס האט געבויעט עזרא הסופר אויף דעם זעלבן פלאץ ווי דער בית ראשון, אין יאר 3408 (ג'ת"ח) (ג'רמ"ד) צו וועלט באשאפונג, דאס איז געשטאנען 420 יאר און איז חרוב געווארן דורך טיטוס הרשע א רוימישע גענעראל אין יאר 3828 (ג'תתכ"ח) אין משך פון דעם גרויסן יידישן אויפשטאנד.

בנין הורדוס

רעדאַקטירן

די זיידע פון הורדוס (זיין טאטעס טאטע איז געווען א פאלנער אדומי, וועלעכער האט זיך מגייר געווען. הורדוס האט חתונה געהאט צו א פרוי מרים וואס איז געווען פון די לעצטע רעשטלעך פון מלכות חשמונאים. ווען דער רוצח און טיראן הורדוס האט האט זיך פארעלטער און באקומען חרטה געפילן אויף זיינע רציחות, האט ער געוואלט עפעס טאן צו פארצייען אויף זיינע זינד האט ער איבערגעבויט דאס בית המקדש. און עס אנגערופן אויף זיין נאמען. די גמרא זאגט אז ווער עס האט נישט געזען בנין הורדוס האט נאכנישט געזען א שיין געביידע אין זייל לעבן.

בית שלישי

רעדאַקטירן

אזוי ווערט אנגערופן דער דריטער בית, דאס איז נאכנישט געשטאנען, און עס שטייט אין גמרא () אז עס וועט אויפגעבויט ווערן פון פייער ווען משיח וועט קומען. דאס געשטאלט פונעם דריטן בית ווערט באשריבן אין ספר יחזקאל..

די געבוי

רעדאַקטירן

דאס בית המקדש איז געווען א ריזיגער הערליכער געביידע וואס מען זעהט אזאנס נישט ביזן היינטיגן טאג. ווער עס איז נאר אהין געקומען, ווער עס האט עס געזעהן, נישט קיין אונטערשייד א איד צו א גוי, איז ארויס פון התפעלות, טראץ וואס עס האבן געארבייט גאר אסאך ארבייטערס צו בויען אזא הערליכן הויז, האט עס גענומען גאנצע זיבן יאהר אויפצובויען.

די בויערס

רעדאַקטירן

עס איז גענוג אינטערשרייכן וויפל מענטשן האבן געארבעט אויפצובויען דאס הייליק הויז:

עס זענען געווען 300 הויפט ארכיטעקטערס, וואס זענען געווען די בעלי בתים אויף אנדערע 3.300 אינזשענירן, וואס האבן געזאגט פאר די איבעריקע בויערס וואס צו טועהן, סך הכל זענען די בויערס געווען 163.600 מענטשן.[3] ווען מען אנגעהויבן צו בויען האט מען צוזאמענגענומען אלע קלוגע געלערענטע קעפ וואס פארשטיין צו בויען, מען האט געברענגט נישט דווקא אידן, אפילו גוים האבן געהאלפן, אין פסוק שטייט אז שלמה המלך האט געמאכט א שותפות מיט די צידונים וואס זענען געווען באקאנט איבעראל אין קונסט פון ארכיטעקטן, און אויסהאקן שטיינער און העלצער, זיי האבן זיך מגייר געווען און האבן געהלאפן שלעפן די שטיינער און העלצער פון יער הלבנון ביז צום פלאץ פון המקדש. די אלע שטיינער און העלצער וואס מען האט דערמיט געבויט האט מען נישט צוגעפאסט אויפן הר הבית פארן באנוץ פונעם בית המקדש, דאס האבן די געלערנטע בויערס צוגעגרייט אויפן פלאץ פון ווי מען האט עס אויסגעשניטן, מיטן גרעסן מאס פונקטליכקייט, און דערנאך האט מען עס געברענגט צום מקום המקדש, אזוי אז ביים פלאץ פון בויען האט מען נישט גענוצט קיין שום אייזען און א זעג צופאסן די שטיינער, ווייל מען האט שוין אלעס צוגעפאסט פון פריער, [4] דאס ווייזט פאר פאר א קלוגע געלערנטע לייט עס האבן געארבייט ביים בויען.

ביידע בתי המקדש האט מען געבויט אויפן זעלבן פלאץ, דאס איז אין ירושלים אויף א בארג וואס הייסט די הר הבית. אין לשון תנ"ך הייסט דאס אויך בארג מוריה. דאס בארג איז די זעלבע בארג ווי אברהם אבינו האט געוואלט מקריב זיין יצחק אבינו פאר גאט (עקידת יצחק).

די געביידע

רעדאַקטירן
  • דער בארג איז גרויס 500 איילן אויף 500 איילן. עס איז געווען ארום גענומען מיט א מויער פון וואס היינט שטייט נאך נאר די מערב זייט, און מען רופט דאס די כותל המערבי.
  • די מערסטע ליידיג פלאץ אויפן בארג איז געווען פון דרום זייט, דערנאך פון מזרח, דערנאך פון צפון זייט, און די ווייניגסטע פלאץ אזי געווען פון מערב זייט. דאס איז געווען פארדעם ווייל די בית המקדש איז געווען געבויט גערוקט צו מערב צפון.
  • אריינצו פון די מויער איז געווען אזא קליין געפלאכטענע צוים הויך 10 טפחים, אריינצו פון דעם איז געווען א ליידיג פלאץ פון 10 איילן וואס מען האט גערופן חיל, דערנאך איז געווען 12 טרעףּ. די טרעףּ זענען געווען הויך א האלבע אייל, און איז געווען גרויס א האלבע אייל.
  • די חיל האט געדינט ווי אזא מויער פאר וואס מען האט גערופן די עזרה, און פאר די עזרת נשים.
  • קוקנדיג אויפן געביידע פון מזרח אויף מערב איז געווען קודם די עזרת נשים.

דער עזרת נשים

רעדאַקטירן
  • די עזרת נשים איז געווען א גרויסע צימער און עס הייסט עזרת נשים ווייל ביי שמחת בית השואבה איז דאס געווען פאר די נשים. עס איז געווען 135 איילן אויף 135 איילן מיט פיר צימערן איינס אין יעדע ווינקל, יעדע צימער איז געווען 40 איילן אויף 40 איילן גרויס.
    • די צימער אויף די דרום-מזרח ווינקל איז געווען די לשכת הנזירים, ווייל דארטן פלעגט א נזיר קאכן זייער שלמים און ווארפן די אפגעשוירענע האר אונטערן פייער.
    • די צימער אויף די מזרח-צפון ווינקל איז געווען די לשכת העצים, ווייל דארטן פלעגן די כהנים וואס זענען געווען בעלי מומים קלויבן און רייניגן די האלץ וואס מען האט גענוצט אויפן מזבח פאר די פייער.
    • די צימער אויף די צפון-מערב ווינקל איז געווען די לשכת מצורעים, ווייל דארטן פלעגן די מצורעים וואס זענען זיך געקומען רייניגן אויפהאלטן.
    • די צימער אויף די מערב-דרום ווינקל איז געווען די לשכת בית שמנים.
  • עס האט געהאט 15 האלב רינדיגע טרעףּ, פון ווי מען איז געגאנגן צו די עזרה.
  • עס זענען געווען קליינע צימערן אונטער די עזרת ישראל אויף די זייט פון די טרעףּ וואס דארטן האבן די לווים געלייגט זייער מוזיקאלישע געצייג.

דער עזרה

רעדאַקטירן
  • די עזרה איז געווען די פלאץ ווי מען האט געטאן די עבודה, און ווי די היכל איז געווען.
  • עס האט געהאט צוויי הערליכע קופערנע טויערן, וואס מען האט גערופן שער הנקנור. די טויערן זענען געווען צווישן די עזרת נשים און די עזרה.
  • עס האט געהאט נאך טויערן, אבער די עיקר זענען געווען די טויערן.
  • עס איז געווען 135 איילן פון דרום צו צפון, אויף 187 פון מזרח צו מערב.
  • די עזרה איז געווען ווי מען האט געטאן די עיקר ארבייט (עבודה) פאר גאט. עס איז געווען איינגעטיילט אין פיר (אויסער די היכל און אונטער די היכל):
  1. עזרת ישראל - ווי די ישראלים זענען געגאנגען.
  2. עזרת כהנים - ווי די כהניםזענען געגאנגען.
  3. מקום המזבח - דאס פלאץ פון די מזבח.
  4. בין מזבח להיכל - דאס פלאץ צווישן די מזבח און די היכל.

עזרת ישראל

רעדאַקטירן

דאס איז געווען גרויס 11 איילן אויף 135 איילן. דא האבן געמעגט גיין סיי א ישראל, סיי א לוי, און סיי א כהן. דורך אויס די עבודה זענען געווענליך געווען דא ישראלים און לויים.

עזרת כהנים

רעדאַקטירן

דאס איז געווען גרויס 11 איילן אויף 135 איילן (די זעלבע מאס ווי עזרת ישראל).

מקום המזבח

רעדאַקטירן

דאס איז געווען די פלאץ ווי די מזבח איז געשטאנען און איז געווען 32 איילן אויף 135 איילן, די רינגן (פאר שחטן די קרבנות), די זוילן (פאר שינדן די הויט) זענען געווען אלע אויף די פלאץ פון דרום צו צפון.

בין מזבח להיכל

רעדאַקטירן

דאס איז געווען גרויס 22 איילן אויף 135 איילן און איז געווען די פלאץ צווישן די מזבח און די היכל. דא האט נאר א כהן געמעגט גיין, און אויך נאר ווען ער האט געדארפט גיין דא צוליב טאן די עבודה. דא האט זיך אויך געפונען די כיור.

עזרת כהנים

רעדאַקטירן

אלעס וואס איז אינעווייניג נאכן עזרת ישראל ווערט אנגערופן עזרת כהנים, צוליב דעם וואס נאר א כהן האט דארט געמעגט גיין.

דער היכל

רעדאַקטירן
  • דאס איז געווען גרויס 100 איילן אויף 100 איילן און 100 איילן הויך, אבער נאר פון פארענט, פון אונטען איז דאס געווען גרויס 70 איילן, עס איז געווען געבויט ווי א T די אויבירשטע זייט (נוצענדיג דעם T אלס א ווייזער) איז געווען די מזרח זייט, אין איז געווען 100 איילן, די לאנגע זייט איז אויך געווע 100 איילען אבער די פיסל (נוצענדיג די T ווייטער) איז געווען 70 איילן פון דרום צו צפון אויף 84 איילן פון מזרח צו מערב.
  • די ווענט פון די היכל זענען געווען זייער דיק, און האט געהאט צימערן אין זיך, אלעס צוזאמען איז געווען 38 צימערן אין די ווענט פון די היכל.
    • עס זענען געווען 15 צימערן צווישן די דרום ווענט. 5 צימערן אויף 5 צימערן, און 5 צימערן אויף די 5, צוזאמען 3 שטאק.
    • עס זענען געווען 15 צימערן צווישן די צפון ווענט. 5 צימערן אויף 5 צימערן, און 5 צימערן אויף די 5, צוזאמען 3 שטאק.
    • עס זענען געווען 8 צימערן צווישן די מערב ווענט. 3 צימערן אויף 3 צימערן, און 2 אויף די 3 צימערן, צוזאמען 3 שטאק.
    • יעדע צימער האט געהאט 3 טירן, איין טיר צו די צימער אויף רעכטס, איין טיר צו די צימער אויף לינקס, אוין איין טיר צו די צימער אויף ארויף.
    • די צימער אין די ווינקל פון צפון-מזרח האט געהאט 5 טירן, איינס צו די צימער אויף רעכטס, איינס צו אינדרויסן (פון ווי מען האט געפענט די טויערן צו די היכל, זע ווייטער), איינס צו די צימער אויף ארויף, און איינס צו די קארידאר צווישען די ווענט, און די פינעפטע צו די היכל.
    • עס איז געווען אין די ווענט א קארידאר וואס איז געגאנגען צווישן די ווענט, וואס דורך די קארידאר איז מען אנגקומען העכער די צימערן צו די דאך פון די היכל, דאס איז געווען געבויעט שיף אזוי ווי א גליטשער. די קארידאר איז געגאנגען פון צפון-מזרח צו צפון-מערב צו מערב-דרום צו דרום-מזרח, די שטאק וואס איז געווען געבויעט העכער די היכל און די צימערן האט געהאט איר עפענונג אויף די ווינקל פון דרום-מזרח ביי די קארידאר.
    • אויף די שטאק וואס איז געווען העכער די גאנצע היכל, אפילו העכער די קדשי-קדשים ווי מען האט נישט געמעגט גיין איז געווען אזעלכע שטיקער העלצער וואס האבן אפגעטיילט צווישן די היכל און די קדשי-קדשים.
    • עס זענען געווען לעכער פון די שטאק צו די דאך פון די קדשי-קדשים גלייך נעבן די ווענט, וואס דורך די לעכער האט מען אראפגעלאזט פאך לייט אין קאסטענעס צו פאררעכטען די ווענט פון קדשי-קדשים, און צוליב דעם אז זיי זאלן נישט זען די קדשי-קדשים האט מען זיי אראפגעלאזט אין קאסטענעס. די קאסטענעס זענען געווען אפען נאר אויף די זייט צו די וואנט.
  • די ברייטע זייט פון די היכל (פון מזרח) האט געהאט אן עפענונג צו א אולם, פון די אולם איז געווען טירן וואס איז געווען גרויס 10 איילן ברייט אויף 20 איילן אין די הויך.
  • פיר טויערן זענען געווען דארטן צו פארמאכן די עפענונג. די טויערן זענען געווען געמאכט פון גאלד. צוויי טויערן זענען געווען פאר די עפענונג, און צוויי אנדערע פאר די היכל, וויבאלד די וואנט איז געווען אזוי דיק אזי געווען 6 איילן צווישן די צוויי דרויסענדיגע טויערן און די צוויי אינעווייניגסטע טויערן.
    • יעדע טויער איז געווען ברייט 5 איילן,
    • די ערשטע צוויי טויערן האבן זיך געפענט און באדעקט די ווענט צווישן די צוויי סעטס פון טויערן.
    • די צווייטע צוויי טויערן האבן זיך געפענט אויף אינעווייניג פון היכל און באדעקט 5 איילן פון די וואנט אויף יעדע זייט פון די טיר.
    • לויט איין דיעה אין די משנה זענען די פיר טויערן געווען צוזאמען לייג טויערן אזוי אז יעדע טויער איז געווען געמאכט פון צוויי טירן, און ווען מען האט זיי געפענט האבן זיי זיך צוזאמען געלייגט און באדעקט נאר צוויי מיט א האלב איילן, אבער די אינעווייניגסטע טויערן האבן זיך אויך געפענט אויף צו באדעקן די וואנט צווישן די טויערן און נישט אין די היכל.
    • עס זענען געווען צוויי קליינע טירן אויף די זייטן פון די גרויסע טויער. איינס אויף דרום און די אנדערע אויף צפון. די פון דרום איז קיינער נישט אריין דורך איר, און די פון צפון איז געווען אפען צו א קליינע צימער צווישען די ווענט, וואס פון דארטן איז מען אריינגעגאנגן אין היכל צו עפענען די טויערן. לויט איין דיעה אין די משנה איז מען אריין פון די קליינע צימער צווישן די 4 טויערן און געפענט די אינעווייניגסטע טויערן פון אינדערויסן און די דרויסענדיגע טויערן פון אינעווייניג.
  • דארנאך איז געווען די היכל, דארט איז געווען די מזבח הפנימי די אינערווייניגסטער מזבח, די מנורה, און די שלחן.
  • דערנאך איז געווען א פירהאנג, אונטער דער פירהאנג איז געווען די קדש הקדשים, דארט איז געווען דער ארון הקדש אין וואס עס איז געלעגן די לוחות, די כריבים, און די באהאלטענע מן. אין די קדש הקדשים האט נאר געמעגט אריינגיין די כהן גדול און נאר אום יום כיפור.
  • די היכל איז געווען הויך 100 איילן, די גרונד איז געווען 6 איילן, דערנאך איז געווען 40 איילן פאר די הייך פון די היכל, דערנאך איז געווען 1 אייל פאר די דיקייט פון די דאך, דערנאך איז געווען 4 איילן וואס איז געווען באצירט, דערנאך איז געווען 40 איילן פאר פאר די הייך פון די שטאך, דערנאך 1 אייל פאר די דאך, און 4 איילן פאר שיינקייט, 3 איילן פאר א צוים און 1 אייל איז געווען מיט אזעלכע אייזענעס וואס האבן באשיצט פון די פויגל אז זיי זאלן זיך נישט אפרוען דארט.
  • די היכל איז געווען פון מזרח צו מערב 100 איילן, די וואנט פון די אולם איז געווען 5 איילן, די אולם איז געווען 11 איילן, די וואנט פון די היכל איז געווען 6 איילן, און די היכל איז געווען 40 איילן, צווישען די היכל און די קדשי-קדשים איז געווען 1 אייל, די קדשי-קדשים איז געווען 20 איילן, די וואנט פון די קדשי-קדשים איז געווען 6 איילן, די צימער איז געווען 6 איילן, די וואנט פון די צימער איז געווען 5 איילן.
  • די היכל איז געווען פון צפון צו דרום 70 איילן, די וואנט פון די קארידאר איז געווען 5 איילן, די קארידאר 3 איילן, די וואנט פון די צימער 5 איילן, די צימער 6 איילן, די וואנט פון די צימער-היכל 6 איילן, די היכל 20 איילן, די וואנט פון די היכל 6 איילן, די צימער 6 איילן, די וואנט פון די צימער 5 איילן, די קארידאר איז געווען 3 איילן, און די וואנט 5 איילן.
  • די אולם איז געווען ברייטער פון די היכל 15 איילן אויף דרום זייט, און 15 איילן אויף צפון זייט.

די כלים אינעם בית המקדש פון גאלד און זיבלער זענען געווען גאר אסאך וואס די כהנים האט דאס באנוצעט:ֿ

א שטיקל ליסט:

גאלדענע בעקן 20.000 טויזנט. זילבערנע בעקן 40.000 טויזנט. גאלדענע מנורות 10.000 טויזנט. גאלדענע כלים צו גיסן דערמיט וויין 80.000 טויזנט. גאלדענע לעפלעך 10.000. גאלדענע בעקן וואס מען האט דערין אריין געלייגט מעל פון די מנחות 80.000 טויזנט. די זעלבע סארט בעקן אין זילבער 160.000 טויזנט. און נאך צענדליגע טויזנטער כלים וואס מען האט דערין געמאסטן אלע מנחות און נסכים, כלים פאר די קטורת, כלים צו טראגן פייער צו און פון דעם מזבח, 200.000 טויזנט חצוצרות זילבערענע און פארשידענע כלי זמר פון אייזן, ווי אויך פערציג טויזנט טישלעך צו האלטן די אלע כלים. אט דאס אלע זענען געלעגן אין אוצרות בית ה' פון בית המקדש. [5]

טעגליכע ניסים

רעדאַקטירן

עס זענען געווען טעגליכע ניסים אין די בית המקדש, צווישן זיי:

  • קיין פרוי האט נישט נישט מפיל געווען ווען זי האט געגלוסט נאך די גוטע פליישן וואס מען האט געקאכט אין בית המקדש, דאס הייסט זי האט נישט געשמעקט אפילו די גוטע ריחות.
  • פון אלע קרבנות וואס מען האט מקריב געווען צומאל טויזנטער א טאג, האט זיך נישט פארשטונקען קיין שטיקל פלייש.
  • אין די שטוב ווי מען האט געהאלטן די פלייש אין בית המקדש האט מען קיינמאל דארט נישט געזעהן א פליג.
  • עס האט קיינמאל נישט פאסירט א טומאה פארן כהן גדול אין יום הכיפורים.
  • דער אויסעווענדיגער מזבח איז געווען אונטערן הימל נישט אונטער א דאך, און דאך האט דער רעגן קיינמאל נישט אויסגעלאשן דאס פייער וואס האט געברענט אויף איהר.
  • דער רויך פונעם מזבח איז אייביג ארויף גראד ביז צום הימל, דער וואונט האט איהר קיינמאל נישט אויסגעלאשן.
  • דער צווייטען פסח האט מען מקריב געווען א קרבן שעורים, שבועות האט מען מקריב געווען שתי הלחם, און א גאנץ יאהר האט מען געבאקן דעם לחם הפנים, און עס האט קיינמאל נישט פאסירט א פסול ביי די אלע זאכן.
  • אין די דריי ימים טובים פסח-שבועות-סוכות איז גאנץ כלל ישראל געקומען עולה רגל זיין, און אזוי אין שבת ויום טוב ווען עס איז געווען א פולער געפאקטע עזרה, איז אייביג געווען פלאץ זיך צו בוקען פאר השי"ת עס איז קיינמאל נישט געווען געשטופט.
  • א שלאנג און עקרב האט קיינמאל נישט געביסן א איד וואס איז געקומען עולה רגל זיין.
  • די וואס זענען געקומען עולה רגל זיין האט קיינמאל איינער געזאגט עס איז מיר ענג איך האב נישט קיין פלאץ.


רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. שמות כה ח
  2. דברי הימים א' פרק כ"ב
  3. מלכים א ה דברי הימים ב ב
  4. מלכים א ו
  5. ספר יוסיפין קדמוניות ח ב

וועבלינקען

רעדאַקטירן