רבי שלום יהודה גראס איז דער אדמו"ר פון האלמין. ער וואוינט היינט אין בית שמש, ארץ ישראל.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן אין א דערפל אין אונגארן בערך אין יאר תרצ"ט.

אין די קינדערישע יארן איז ער אויפגעוואקסן ביי זיין טאטנס ישיבה אין חיפה, ארץ ישראל, אין תלמוד תורה "מחזיקי תורה בית משה". שפעטער האט ער געלערנט אין סערעט ביי רבי ברוך האגער סערעטער רבי פון חיפה.

דערנאך האט ער געלערנט אין דושינסקיא ביי הרב ישראל משה דושינסקיא, וואס איז שפעטער געווארן א מחותן.

שפעטער אין סאטמאר-ירושלים, שפעטער אין סאטמאר וויליאמסבורג און געווארן א תלמיד מובהק פון רבי יואל טייטלבוים סאטמארער רבי, בעל דברי יואל זיע"א.

און דארטן איז ער געווען פון די נאנטסטע שטוב מענטשן ווי דער רבי האט פארטרויעט אלע סודות וואס קיינער האט נישט געוואוסט, און האט אים געגעבן דעם פולען אוטאריטעט אנצוגיין מיט גרויסע פראיעקטן בשליחותו וואס קיינער האט נישט געוואוסט.

אויך האט ער מגיה געווען זיינע ספרים "ויואל משה", און "על הגאולה ועל התמורה".[פֿעלט אַ מקור]

אלס אינגערמאן האט אים דער סאטמארער רב געהייסן זיין א שוחט, ווייל די שוחטים זענען שוין צו אלט געווען איבער 70 יאר.[פֿעלט אַ מקור]

רבי שלום יהודה האט געהייראט מרת טויבא (נפטר י״א סיון תשע״ג), א טאכטער פון רבי חיים אליהו ביטמאן. זייערע קינדער זענען:

  • רבי יעקב ישעיה זאב וואלף, רב פון קהל ״באר אברהם״ האלמין אין שטאט ביתר עילית - האט געהייראט מרת בתיה חיה, טאכטער פון רבי נתן דוד ראזנבוים, דער זוטשקער רבי פון בני ברק.
  • רבי אברהם חיים אלימלך, אדמו"ר פון קהל תולדות משה - האט געהייראט מרת גיטל, טאכטער פון הרב קלמן לייב לוסטיג.
  • מרת מרים ברכה, די ווייב פון רבי שלמה ראטה, דער שומרי אמונים רבי פון ירושלים.
  • רבי ניסן משה, רב פון ״קהל חסידים״ אין קרית ספר - האט געהייראט מרת רויזא לאה, טאכטער פון רבי יצחק אייזיק כהנא, א דיין אין דער עדה החרדית און רב פון קרית מנחת יצחק אין מודיעין עילית.
  • רבי דוד, רב בקהל צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק - האט געהייראט מרת הינדא, טאכטער פון רבי דב (בערל) ווייס, רב פון צאנזער שיכון אין ירושלים.
  • מרת פערל מלכה, האט געהייראט רבי זאב וואלף לייפער אב"ד נדבורנא חיפה, זון פון רבי חיים אלטער דוד פון נאדווארנא חיפה.
  • מרת חיה שרה פייגא, ווייב פון רבי אפרים דוב כהנא, דער ספינקער רב פון אשדוד.
  • מרת פריידא, ווייב פון רבי נחמן מאסקאוויטש.
  • מרת בלומא ווייב פון רבי יוסף צבי דושינסקי

וועבלינקען

רעדאַקטירן

האלמין וועבזייטל