עץ חיים

ישיבה אין ירושלים

קאארדינאטן: 31°47′07.19″N 35°12′47.97″E / 31.7853306°N 35.2133250°E / 31.7853306; 35.2133250 ישיבת עץ חיים איז דער נאמען פון אן אוראלטער ישיבה פונעם אלטן יישוב אין ירושלים, וואס שליסט איין א תלמוד תורה, ישיבה און א כולל.

עץ חיים
www.etzchaim.co.il
די אלטע געביידע אין יפו גאס (2010)
פאטאגראפיע פון די אנהייב יארן פונעם 20סטן יארהונדערט פון די מלמדים אין ישיבת "עץ חיים", ווען זי איז געווען פלאצירט אין דער 'חורבה' שול.
דער ארטיקל דיסקוטירט די ישיבה פונעם אלטן יישוב אין ירושלים. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט עץ חיים (באדייטן).

היסטאריע

רעדאַקטירן

י"ח סיון ה'תר"א (יוני 1841) האט הרב שמואל סאלאנט געגרינדעט דעם "עץ חיים" תלמוד תורה. די קלאסן זענען געווען פארשפרייט צווישן פארשידענער חדרים אין דער אלטשטאט. ערשט אין תרי"ז (1857) האט מען צענטראליזירט די תלמידים אין א גרופע געביידעס אינעם חצר פון דער חורבה שול, צוזמען מיטן ירושלימער בית דין, ווען מ'האט געגעבן צו דער תלמוד תורה דעם נאמען "ישיבת עץ חיים".

די נשיאים פונעם מוסד זענען געווען הרב ישעיה בארדאקי, הרב שמואל סאלאנט, הרב משה יהודה לייב פון קוטנא און הרב שמעון זרחי פון טאבריג.

די ערשטע ראשי ישיבה זענען געווען הרב שמואל סלנט און הרב משה נחמיה כהנאוו. פון תרי"ז ביז תרכ"ה האט געדינט אויך הרב משה יהודה לייב פון קוטנא, און נאך דער פטירה פון הרב כהנאוו האט געדינט הרב אליעזר דן רלב"ג (תרמ"ז-תרנ"ה). ווען הרב איסר זלמן מעלצער איז ארויפגענומען קיין ארץ ישראל אין תרפ"ה (1925) האט מען אים באשטימט ראש ישיבה ביז זיין פטירה. מען האט באשטימט הרב אריה לעווין משגיח פון דער תלמוד תורה.

נאך דער פטירה פון הרב מעלצער האט מען באשטימט זיין איידעם הרב אהרן קאטלער ראש ישיבה, און ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געזאגט א שיעור אין דער ישיבה יעדע וואך.

אין דער ראם פון דער תלמוד תורה לערנען מער ווי 500 תלמידים, אויך זענען פאראן נאך צווייגן פון דער תלמוד תורה, אין רמות און אין גבעת שאול געגנט, ביתר עילית.

באקאנטע תלמידים פון עץ חיים

רעדאַקטירן