הומאניסטישע יידנטום

(אַריבערגעפֿירט פון הומאניסטישע יידישקייט)

הומאַניסטישע ייִדנטום איז אַ שטרעמונג‏ פון יידן וואָס נאַרײַעט אַ ניט־טעיִסטישע אלטערנאַטיוו פאַרן היינטצייטיקן ייִדישן לעבן. עס דעפינירט די יידישקייט ווי די קולטורעלע און היסטאָרישע דערפאַרונג‏ פונעם אידישן פאָלק. עס מוטיקט הומאַניסטישע און וועלטלעכע ייִדן צו ריכטן זייער יידישע אידענטיטעט דורך באַטײליקונג אין אידישע יום־טובֿים און אַריבערגײנדיקע מינהגים (כּפֿי חופּות און בר־ און בת־מיצװת) מיט אינספּירירנדיקע צערעמאָניעס װאָס מאַכן נוצן, אָבער גיין ווייַטער, פֿון דער טראדיציאנעלער ליטעראַטור. זייַן פֿילאָסאָפֿישער יסוד איז כּולל די פֿאָלגנדיקע געדאַנקען:

  • אַ ייִד איז אַ מענטש װאָס אידענטיפיצירט זיך מיט דער געשיכטע, דער קולטור, און דעם עתיד פֿונעם ייִדישן פאָלק;
  • די ייִדישקייַט איז די היסטאָרישע קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, און רעליגיע איז נאָר איין טייל פון דער קולטור;
  • מען אָנהאַלט בעסט אַ ייִדישע אידענטיטעט אין אַ פֿרייַער, פּלוראַליסטישער סבֿיבֿה;
  • מענטשן האָבן דאָס יכולת און דאָס אַחריות צו פֿאָרמירן זייער אייגענע לעבן פרייַ פון איבערנאַטירלעכער אויטאָריטעט;
  • די עטיק און מאָראַליטעט זאָלן העלפֿן צו די באַדאַרפֿן פֿונעם מענטש, און ברירות זאָלן זיך באַזירן אויף אַ באַטראַכטונג פון די נאָכװירקן פון טוּונגען אַנשטאָט צו פֿאָרױסבאַשטימעטע חוקים אָדער מצוות;
  • די ייִדישע געשיכטע, ווי אַלע געשיכטעo, איז אַ מענטשישע סאַגע, אַ באַעכטיקונג פֿונעם באַדײַט פֿון מענטשישער מאַכט און מענטשישן אַחריות. תּנכישע און אנדערע טראַדיציאָנעלע טעקסטן זענען פּראָדוקטן פֿון דער טעטיקייט פֿון מענטשן, און מען פֿאַרשטײַט זײ בעסט דורך אַרכעאָלאָגיע און אנדערן װיסנשאַפֿטלעכן אַנאַליז.
  • די פֿרייַהייט און כּבֿוד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק מוזן גיין האַנט בײַ האַנט מיט די פֿרייַהייט און כּבֿוד פֿון יעדן מענטש.

אין 1999, טאַמאַראַ קאָלטאָן איז , די ערשטע פרוי ראביי אין הומאניסטישן יידנטום.[1]

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "Society for Humanistic Judaism – Rabbis and Leadership." Shj.org. Archived September 28, 2013