אפריקע
שטח | 30,221,532 ק"מ2 |
באפעלקערונג | 1,032,532,974 |
לענדער | 54 (ליסטע) |
שפראכן | אפריקאנער שפראכן |
צייט זאנעס | UTC-1 ביז UTC+4 |
אַפֿריקע איז דער צווייטער גרעסטער קאָנטינענט און האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג נאך אזיע פונעם ערד פלאנעט. איר גרויסקייט איז 30,244,050 קוואדראט קילאמעטער (אנשליסנדיג אירע אינזלען) וואס דעקט אפ 20.3% פון דער ערד פלאנעט פלאך. איר באפעלקערונג אנטהאלט 1,032 מיליאן איינוווינער (אין 2011), 15% פון דער באפעלקערונג פון דער גארער וועלט.
דער קאנטינענט איז ארומגענומען מיטן מיטלענדישן ים אין צפון, דעם סועץ קאנאל און דעם ים סוף אין צפון־מזרח, דעם אינדישן אקעאן אין דרום־מזרח און דעם אטלאנטישן אקעאן אין מערב. דער עקוואטאר גייט אדורך אפריקע.
אפריקע האט 54 לענדער, כולל דעם אינזל־לאנד מאדאגאסקאר. דאס גרעסטע לאנד לויט שטח איז אלזשיר, און דאס גרעסטע לויט באפעלקערונג איז ניגעריע.
עטימאלאגיערעדאַקטירן
לויט יוסף בן מתתיהו איז דער נאמען "אפריקע" פון אפר, אייניקל פון אברהם אבינו, וועמנס קינדער האבן אינוואדירט ליביע.
היסטאריערעדאַקטירן
פיל פארשער גלויבן אז דער מענטש האט זיך צום ערשטנס אנטוויקלט אין אפריקע.
די אוראלטע היסטאריע פונעם צפונדיקן טייל פון אפריקע איז פארבונדן מיט די אנטוויקלונגען וואס האבן פאסירט אין אזיע און אייראפע. אין דעם געגנט האבן אויפגעבליט עטלעכע קעניגרייכן, ווי אוראלט עגיפטן. די אוראלטע גריכן זענען געווען די ערשטע אייראפעישע וואס האבן אויסגעפארשט אפריקע. אין דעם דרומדיקן טייל פון קאנטינענ, איבער דעם סאהארא, איז די היסטאריע געווען אינגאנצן אפגעריסן פון אנדערע ראיאנען פון דער וועלט. די געזעלשאפט איז געווען צעטיילט אויף שבטים, ווי למשל די באנטו און די בושמאנען.
אין יאר 332 פאר דער ציווילער רעכענונג האט אלעקסאנדער דער גרויסער באזיגט די פערסישע הערשאפט אין עגיפטן. ער האט געגרינדעט די שטאט אלעקסאנדריע, וואס איז געווארן, נאך זיין טויט, די הויפטשטאט פון דער מלוכה פון דער תלמי־דינאסטיע.
אין דעם אנהייב פונעם 7טן יארהונדערט האט דער אראבישער כאליפאט זיך פארשפרייט אין עגיפטן און אין צפון אפריקע. דער טייל פון אפריקע וואס איז דרום פונעם סאהארא האט זיך אנטוויקלט אפגעזונדערט פון אנדערע לענדער אין דער וועלט.
אין די 16טן און 17טן יארהונדערטער איז צפון אפריקע געווארן איין פאליטישער וועזן אונטער דער הערשאפט פון דער אטאמאנישער אימפעריע. אין דער זעלבער צייט האבן די אייראפעישע אימפעריעס אנגעהויבן זוכן גליקן אין אפריקע דרום פונעם סאהארא. דאס ערשטע לאנד וואס האט אויפגעשטעלט קאלאניעס אין אפריקע איז געווען פארטוגאל, נאכדעם פראנקרייך, ענגלאנד און האלאנד. שפעטער זענען געקומען די דייטשן, איטאליענער, בעלגער און שפאניער. ביזן סוף פונעם 19טן יארהונדערט, איז דער גאנצער קאנטינענט, אחוץ עטיאפיע און ליבעריע, געווען אין פרעמדע הענט, פון די אטאמאנישע און אייראפעישע אימפעריעס. די פרעמדע רעגירונגען האבן אויסגעניצט די רעסורטן פון אפריקע פאר זייערע צוועקן.
פאליטיקרעדאַקטירן
רוב פון די שטאטס פארוואלטונג מעטאד אין אפריקע איז רעפובליק, געפירט דורכן פרעזידענט.
אין די סוף 1900ער יארן זענען א סך לענדער אין אפריקע געווען דיקטאטורן מיטן שטיץ פונעם ראטן פארבאנד. פון די אנהייב 1960ער יארן ביזן סוף 1980ער יארן זענען פארגעקומען אין אפריקע מער ווי 70 רעוואלוציעס. א סך פון די פירער פון די לענדער האבן נישט געהאט קיין בילדונג, אויך נישט קיין דערפארונג אין פירן א מדינה.
זייט דעם אנהייב 2000ער יארן האבן עטלעכע לענדער אנגעהויבן צו רעפארמירן זייער מארק מער אויף דער סיסטעם פון קאפיטאליזם. למשל, אין אנגאלא האט געקאנטשעט די בירגער קריג אין 2002 נאך 30 יאר, און היינט אנטוויקלט די עקאנאמיע דארט גאנץ גיך. אטייל איז דאס צוליב די נייע טעכנאלאגיעס ווי דער צעלפאן. דאך זענען ווייניק לענדער דעמאקראטיעס. די מערסטע דעמאקראטישע לענדער זענען דרום אפריקע, קעניע, מאלי, גהאנע און סענעגאל.
אפריקאנער פארבאנדרעדאַקטירן
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אפריקאנער פארבאנד
דער אפריקאנער פארבאנד איז א פעדעראציע מיט 53 מיטגלידער—אלע לענדער אין אפריקע אויסער מאראקא. דער פארבאנד איז געגרינדעט געווארן דעם 9טן יולי 2002, הויפטקווארטירט אין אדיס אבאבא, עטיאפיע.
ווירטשאפטרעדאַקטירן
אפריקע איז דער ארימסטער קאָנטינענט פון דער גארער וועלט. די עקאנאמיע איז באזירט בעיקר אויף לאנדווירטשאפט, און אויך א ביסל אויף אינדוסטריע, מינעריי, פאבריקאציע, אינוועסטירונג, באנקעריי, קאמוניקאציע און אינפארמאציע טעכנאלאגיע. די לעצטע יארן האבן געזען א גיכע אנטוויקלונג פון דער עקאנאמיע אין דרום אפריקע און אין דעם איינגאס פון גינע.
אונטערן דרוק פון אינטערנאציאנאלע עקאנאמישע ארגאניזאציעס ווי דער אינטערנאציאנאלער געלטפאנד, האבן פילע לענדער אין אפריקע באוויזן צו ענדערן זייער עקאנאמיע, און אצינד ווייזן זיי אויסזען פון פאזיטיוון וואוקס נאך דורות פון נעגאטיוון אדער נישטיקן וואוקס. דאך, האבן פארשיידענע ארגאניזאציעס קריטיקירט די טעטיקייטן פון די אינדוסטריאליזירטע לענדער אין אפריקע, מיט דער טענה אז זיי טוען פאראייביקן די ארימקייט אינעם קאנטינענט דורך שאפן מאסיווע פראצענט־טראגעדיקע חובות, וואס די לענדער קענען נישט אויסהאלטן.
געאגראפיערעדאַקטירן
אפריקע איז דער גרעסטער קאנטינענט אין דעם דרום האלבקיילעך פון דער ערד. ביזן 19טן יארהונדערט איז אפריקע געווען באהאפטן צו אזיע אין צפון־מזרח, אבער זייט מ'האט געבויט דעם סועץ קאנאל איז אפריקע נישט באהאפטן צו קיין שום אנדערן קאנטינענט. פון צפון קיין דרום באציט אפריקע 8,000 ק"מ. פון די קאפווערדישע אינזלען אין מערב ביז סאמאליע אין מזרח איז א ווייט פון 7,400 ק"מ. דער בארטן פון אפריקע איז לאנג 26,000 ק"מ.
דאס גרעסטע לאנד אין אפריקע איז אלזשיר, און דאס קלענסטע לאנד איז סיישעל, אן ארכיפעלאג לעבן דעם מזרח בארטן פון אפריקע.
קלימאטרעדאַקטירן
דער קאנטינענט אפריקע האט פארשיידענע קלימאטן, פון טראפיש צו סובארקטיש. אפריקע איז דער ווארעמסטער קאנטינענט אין דער וועלט, און 60% פון זיין שטח איז מדבר.
עקאלאגיערעדאַקטירן
אפריקע פארלירט אירע וועלדער גאר גיך, מער ווי פיר מיליאן העקטארן א יאר.
פלאנצן און בעלי חייםרעדאַקטירן
אפריקע האט א סאך מינים פון בעלי חיים, צווישן זיי אנטעלאפ, בופלאקס, זעברע, העלפאנד, לייב, זשיראף, נאזהארן, מאלפעס און היענעס.
מער ווי 2,000 סארטן פון פיש לעבן אין די אזערעס און טייכן פון אפריקע.
דעמאגראפיערעדאַקטירן
די באפעלקערונג פון אפריקע איז געוואקסן פון 221 מיליאן אין 1950 ביז 1 ביליאן אין 2009. אין עטלעכע לענדער זענען מער ווי 50% פון די איינוואוינער יונגער פון 25.
רעדער פון באנטו שפראכן זענען א מערהייט אין דרומדיקער, צענטראלער און דרום־מזרח אפריקע, אויך אין גאבאן און עקוואטארישער גינע.
די אריגינעל פעלקער אין צפון אפריקע זענען געווען די בערבערן אין צפון־מערב, די עגיפטישע אין צפון־מזרח און נילא־סאהארישע אין מזרח.
אייראפעאישע קאלאניזאציע האט געברענגט גרויסע גרופע פון אזיאנער, מערסטנס פונעם אינדישן סוב-קאנטינענט, צו בריטישע קאלאניעס. אין דרום אפריקע געפינען זיך גרויסע אינדישע געמיינדעס, מיט קלענערע אינדישע געמיינדעס אין טאנזאניע און קעניע.
שפראכןרעדאַקטירן
אין אפריקע ווערן גערעדט היינט מער ווי טויזנט שפראכן. אפריקע איז דער מערסטער פילשפראכיק קאנטינענט אין דער וועלט. עכטע אפריקאנישע שפראכן ווערן צעטיילט אויף פיר פאמיליעס:
- די 240 אפרא-אזיאטישע שפראכן וואס 285 מיליאן מענטשן רעדן, אין די הארן פון אפריקע, צפון אפריקע, סאהעל און דרום־מערב אזיע.
- מער ווי 100 נילא-סאהארישע שפראכן וואס 30 מיליאן מענטשן רעדן, אין אוגאנדע, דרום סודאן, טשאד, ניגעריע, סודאן, עטיאפיע, צפון טאנזאניע און קעניע.
- די ניזשער-קאנגא שפראכן
- אומגעפער 50 כאי-סאן שפראכן וואס 120,000 מענטשן רעדן אין דרומדיקער אפריקע.
קולטוררעדאַקטירן
טויזנטער יאר איז דער גרויסער פיראמיד פון גיזא געווען די העכסטע סטרוקטור אין דער וועלט, ביז 1300 ווען מ'האט געענדיקט בויען לינקאן קאטעדראל. אויך מערקווירדיק איז די חרובע שטעט גרויסע זימבאבווע.
די מוזיק פון אפריקע איז גאנץ פארשפרייט, יעדער ראיאן האט זיין מוזיקאלישע טראדיציע. די מוזיק פון צפון אפריקע האט גאר אן אנדער היסטאריע ווי די מוזיק פון אפריקע דרום פון דעם סאהארא.
ספארטרעדאַקטירן
דריי און פופציק אפריקאנישע לענדער האבן פוטבאל גרופעס. עגיפטן האט די בעסטע פוטבאל גרופע אין אפריקע; זיי האבן געווינען די אפריקע מייסטערשאפט זיבן מאל.
קריקעט איז שטארק פאפולער אין דרום אפריקע און זימבאבווע, און אויך אין קעניע. אויך אין נאמיביע און מאראקא שפילט מען קריקעט.
רעליגיערעדאַקטירן
די הויפט רעליגיעס אין אפריקע זענען קריסטנטום (45%), איסלאם (40%) און טראדיציאנעלע אפריקאנישע רעליגיעס (10%). דער עלטסטער מעטשעט אין אפריקע איז דער גרויסער מעטשעט פון קיירואן, געגרינדעט אין 670.
לענדער אין אפריקערעדאַקטירן
- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ליסטע פון לענדער אין אפריקע
קאנטינענטן פון דער וועלט | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|
אזיע |
אפריקע |
אייראפע |
צפון אמעריקע |
דרום אמעריקע |
אויסטראליע |
אנטארקטיקע |