קדושה
דער ארטיקל דיסקוסירט דער באנוץ פון קדושה אין דער יידישער רעליגיע, פארן אלגעמיינעם באנוץ זעט הייליגקייט
קדושה - הייליגקייט אין דער יידישער רעליגיע איז גאר א ברייטער באגריף און טוט כאראקטעריזירן פיל פונקטן אין יידישקייט. דער טערמין קדושה ווערט גענוצט אויף צו באטיטלען העכערקייט, גייסטליכקייט און געטליכקייט. אויך איז דאס א מדה וואס דער יידישער רעליגיע פארלאנגט אז א מענטש זאל זיך אזוי פירן, און א מדרגה וואס א ייד איז געפאדערט צו דערגרייכן.
קדושה
רעדאַקטירןהייליג אין דער יידישער רעליגיע באדייט דער אומשטאנד, סיטואציע, אדער זאך, וואס טוט פאראייניגן הימלישקייט מיט ערדישקייט. די פונקטליכע באדייט פון הייליגקייט איז, אנדערש ווי פרישות, עפעס וואס איז באהאפטן צום ערדישקייט און פראסטקייט פון דער גשמיות'דיגער וועלט, אבער אין דער זעלבער צייט איז עס אפגעטיילט פונעם גשמיות און איז איינס מיטן העכערקייט און רוחניות. די בעסטע און שטערקסע ביישפיל דערפאר איז גאט אליין, וואס האט באשאפן אונזער ערדישע וועלט און געפונט זיך איבעראל אין איעדע גשמיות, און צוזאמען מיט דעם איז ער אפגעשיידט פון אלעס און העכער די גאנצע באשעפעניש.
ווען עס קומט צו א סיטואציע וואס עס ווערט אויפגעדעקט די געטליכקייט פון דער ערדישקייט, ווערט דאס באטיטלט אלס הייליג. אזוי אויך איז א מענטש הייליג ווען ער איז פארנומען אין גשמיות'דיגע געברויכן אבער זיין כוונה דערביי איז העכערס, ער האט אינזין דעם אייבערשטן, דאס הייסט אז זיין גשמיות איז איינס מיטן רוחניות.
דאס איז וואס דער תורה זאגט: קדושים תהיו - כי קדוש אני, אזויווי גאט איז כביכול איינס מיטן גשמיות און מיט דעם אלעם איז ער אינגאנצן העכער פון דעם, אזוי עטס אויך אפילו ווען ענק זענען באשעפטיגט מיטן גשמיות זאל אבער אייער הארץ און כוונה נישט זיין דערביי נאר אין רוחניות און אין העכערס.
אין תנ"ך ווערט דאס ווארט פיל מאל גענוצט אלס א טערמין פון גרייטקייט און מיוחד פאר א ספעציפישן צוועק. דאס איז ווייל איר ריכטיגער אפטייטש איז א נאכאנאנדיגער אפשיידונג פון דעם געווענליכן שטייגער, נישט בלויז אן איינמאליגער אפהאקונג דערפון, נאר א שטענדיגער און נאכאנאנדער באווייז אויף גרייטקייט און אנדערשקייט פון דעם פשוט'ן אויסערליכן איינדרוק.
אין שמונה עשרה
רעדאַקטירןקדושה מיינט אויך די דריטע ברכה פון שמונה עשרה, און ספעציעל דער טייל וואס מען זאגט ביי דער הויכער שמונה עשרה, וואס איז געבויט ארום די ווערטער פון פסוק ״קדוש קדוש קדוש״.
קידוש ה'
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קידוש השם
נאך א מעכטיגן אקט וואס האט א אפקלאנג אויף ווייט און ברייט, ביטער אדער זיס, און דאס טראגט א מעסעזש אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, ווערט דער אקט באטיטלט אלס קידוש ה', - הייליגונג פון גאט.
קדושים
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קדושים
א ייד וואס איז זיך מוסר נפש צו שטארבן איידער ער זאל זיך שמדן ווערט גערופן א קדוש.
אויך ווען א איד שטארבט צוליב דעם וואס ער איז א איד, איז ער א קדוש, ווייל גאט איז געהייליגט געווארן דורך אים וואס מענטשן רעדן און זען אז זיינע קינדער זענען אזוי געטריי צו אים ווערט ער דאך אנערקענט. אלע חורבן אייראפע געשטארבענע זענען קדושים, אפילו זיי זענען פרייע און אטעאיסטן, האט מען דאך זיי געהארגעט פארן איינציגן זינד אז זיי זענען אידן, ווייל נישט קיין חילוק פארוואס א אידן ווערט געהארגעט וויבאלד זיין נאציאנאלע אידענטיטעט האט געשפילט א ראלע אין זיין טויט איז אויטאמאטיש דער נאמען פון גאט געהייליגט דורך זיין טויט.
מידות אין יידישקייט | ||
---|---|---|
|