משכן
דער משכן איז דער נאָמען פֿון דעם באװעגלעכן בית המקדש, װאָס די ײדן האָבן געהאַט אין דער מדבר. דאָס װאָרט איז פֿון „שכן“ (װאױנען). אין חומש שמות כ״ה זאָגט גאָט צו משה רבנו אַז ער זאָל זאָגן צו די ײדן, אַז יעדער זאָל געבן נדבות „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם“, און דערפֿון זאָלן זײ מיר מאַכן אַ הײליקטום און איך װעל װאױנען צװישן זײ. דאָרט אין חומש (פרשת תרומה) װערט באשריבן אױסגעפֿירלעך װי דער משכן האָט אױסגעזען, װאָסערע כלים עס זענען געװען אינװײניק. ער איז געװען אַ געצעלט, איבערצוטראָגן פֿון אײן אָרט אין צװײטן, געמאַכט פֿון האָלץ און באַדעקט מיט יריעות. אין משכן אין געװען דער ארון, דער שולחן, מנורה און מזבח. אין שמות ל״ה װערט געזאָגט, אַז די אַרבעט פֿון משכן האָבן אױסגעפֿירט בצלאל בן אורי פֿון שבט יהודה און אהליאב בן אחיסמך פֿון שבט דן. אין די תלמודישע קװאַלן װערט אױך דאָס הײליקטום װאָס ײדן האָבן שפּעטער, אין דער צײט פֿון די שופֿטים, געהאַט אין שילה, אָנגערופֿן „משכן שילה“.
קוואַלן
רעדאַקטירן- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „משכן” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.