וויליאמסבורג, ברוקלין
|
וויליאַמסבורג (ענגליש: Williamsburg) איז אַ געגנט אין צפון ברוקלין, ניו-יאָרק, צופוסנס פונעם וויליאַמסבורג בריק וואָס פירט קיין מאַנהעטן. עס האָט אַ גרויסע געמיינדע פון חרדישע אידן.
היסטאָריערעדאַקטירן
גרינדונגרעדאַקטירן
אין 1638, האָט די 'האָלענדישע מערב אינדיע פירמע' געקויפט דעם שטח פון די 'לענאַפּי נאַטיווע אַמעריקאַנער' וואָס האָבן פאַרנומען דעם שטח. אין 1661, האָט די פירמע געטשאַרטערד די שטאָט פון Boswijck, אַרייַנגערעכנט לאַנד וואָס וועט שפּעטער ווערן וויליאַמסבורג. נאָכדעם וואָס די ענגלישע האָבן איבערגענומען ניו נעטהערלאַנד אין 1664, איז דער נאָמען פון דער שטאָט אַנגליזירט געוואָרן צו בושוויק. אין קאָלאָניאַלע צייטן, פלעגן דאָרפסלײַט רופן די געגנט "בושוויק שאָר (ברעג)". דער נאָמען האָט אָנגעהאַלטן אומגעפער 140 יאָר. בושוויק שאָר איז אָפּגעהאַקט געוואָרן פון די אַנדערע דערפער אין בושוויק דורך 'בושוויק קריק' צום צפון און דורך 'קריפּפּלבוש', אַ געגנט פון דיק, באָגגי קשאַק לאַנד וואָס האָט זיך געצויגן פֿון 'וואָלאַבאָוט קריק' ביז צו 'נעווטאָוון קריק', צום דרום און מזרח. רעזידענטן פון בושוויק פלעגן רופֿן בושוויק שאָר "די סטראַנד (שנירל)".
פאַרמערס און גערטנערס פון די אַנדערע בושוויק דערפער פלעגן שיקן זייערע סחורה צו 'בושוויק ברעג' אריבערגעפירט צו ווערן די מזרח טייך (איסט ריווער) צו ניו יאָרק סיטי פֿאַר פאַרקויף דורך אַ מאַרק אין די היינטיקע 'גראַנד סטריט'. די גינסטיגע אָרט פון בושוויק שאָר נאָענט צו ניו יארק סיטי האָט געפירט צו דער שאַפונג פון עטלעכע פאַרמינג דיוועלאַפּמענטן. אין יאָר תקנ"ב (1802), האָט גרונטייגנס ספּעקולאַנט ריטשאַרד מ. װאוּדהאל אָפּגעקױפט דרײַצן אקער (53,000 מ²) אריבער די איסט ריווער. ער האט געלאזט קאלאנעל יונתן וויליאמס, אן אמעריקאנער אינזשעניר, איבערקוקן די אייגנטום, און עס אַ נאָמען געגעבן וויליאמסבורג נאָך אים.
נאך דער צווייטער וועלט־מלחמהרעדאַקטירן
באפעלקערונגרעדאַקטירן
די מערהייט איינוואוינער היינט צו טאג זענען חסידישע אידן מערסטנס אונגארישע אפשטאמיגע וואס האבן זיך אהערגעצויגען אין די יארן נאך דער צווייטער וועלט מלחמה. אויך וואוינען דארטן א באדייטנדע צאל אפשטאמיגע פון פארטא ריקא, שווארצע און ארטיסטן.
די אידישע באפעלקערונג אין וויליאמסבורג זענען צוטיילט צו א באדייטענדע צאל געמיינדעס. די גרעסטע געמיינדע איז סאטמאר, וואס איז היינט צוטאגס צוטיילט צווישן די צוויי גרויסע פראקציעס, די ארונים און די זאלוינים. ווי אויך זענען דא דארטן די גרעסערע קהילות ווי פאפא, וויזשניץ, קראלי, ספינקא, קלויזענבורג, וויען, נייטרא, קראסנא, צעהלים, שאפראן, דינוב, סקווירא, בעלזא, בעלז-מאכניווקע און נאך. טייל פון די האבן אייגענע שולן, תלמוד תורה'ס פאר יונגלעך, שולעס פאר מיידלעך און קעמפס אין די קעטסקילס פארן זומער. א טייל האבן אויך אייגענע מקוה'ס, זאלן, מצה בעקערייען, און פארשידענע ערליי אינסטיטוציעס וואס פעלט זיך אויס צום אידישן לעבן.
וויליאמסבורג אין נומערןרעדאַקטירן
- אין וויליאמסבורג וואוינען אין 2018 ארום 18,000 משפחות.
- די צענזוס פון יאר 2010 האט געפונען ארום 80,000 נפשות אין וויליאמסבורג.
- קרוב צו 36,000 קינדער לערנען אין די חדרים, ישיבות און מיידל שולעס אין שטאט.
פּאָליטיק און מחלוקתןרעדאַקטירן
אַרטיסטןרעדאַקטירן
אין משך פון די לעצטע יאָרן האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין דעם געגנט פון צפון וויליאַמסבורג פילע "היפּסטערס" און "אַרטיסטן", אינגערע לײַט פונעם מיטל-העכערן סאָציאָ-עקאָנאָמישן קלאַס. דער געגנט איז צוליב זיי אַדורך אַ פּראָצעס פון גענטריפיקאַציע, און דאָס האָט געבראַכט דערצו אַז די ריעל־עסטייט פּרײַזן זאָלן שטײַגן אין דעם גאַנצן געגנט.
כאָטש פילע פון די בנינים אין דעם הײַנט טײַערן געגנט געהערן צו חסידים פון וויליאַמסבורג, און דער איבערטויש פון דעם געגנט איז געווען פאַר זיי לטובה, זענען אָבער וויליאַמסבורגער אײַנוואוינער אומצופרידן פון די אַנטוויקלונגען. טייל רופן דאָס אָן אַ "מכה" און האַלטן אַז זיי שאַפן אַ ריזיגן מאָראַלישע סכנה פאַר די חסידישע אײַנוואוינער.
עירוברעדאַקטירן
אין יאָר תש"מ בערך האט דער ראצפֿערטער רבי אויפגעשטעלט אן עירוב מיט שווערער האראווניע. במשך דעם ערשטן פרייטאג איז דער עירוב צוריסן געווארן דורך זדים און בריונים, ווי ערקלערט אין דער אויסגאבע "די תורה וועלט". 2 דיינים, הרב שלום קרויז מיט הרב פישל הערשקאוויטש, האבן בודק געווען דעם עירוב דעם ערשטן פרייטאג.
אין תשס"ג איז פֿריש געווארן א שערוריה אין וויליאַמסבורג מיטן התחדשות פונעם עירוב וואָס איז געשאַפן געוואָרן מיט דער הסכמה פון איטליכע רבנים און בעלי בתים קעגן דעם דעת פון די גרויסע רבנים ובראשם דער דעמאלטסדיגער סאטמארער רב - רבי משה טייטלבוים - וואס האט בפועל אנגעפירט מיט די אידישע אנגעלעגנהייטן אין וויליאמסבורג, וואָס זיי טענה'ן אז אזוי ווי עס איז נישטאָ קיין איין רב וואָס האָט אַ כח אויף דער שטאָט אַלס שטאָטס־רב, קען מען נישט אויפֿפּאסן אויף דעם עירוב געהעריג, און ווי דער סאַטמאַרער רב האָט זיך אַפּאָר מאָל אויסגעדריקט פאַר זײַנע נאָנטע אַז אין מאנהעטן וואו דער רב הכולל האָט געמאַכט אַן עירוב האָבן זיך אידן נאָך סומך געווען דערויף אַסאַך יאָרן שפּעטער ווען ער האָט שוין נישט געלעבט און דער עירוב איז שוין לאַנג נישט געווען כשר, און דאס אז דער סאטמארער רב דער דברי יואל וועלכע האט אויפגעשטעלט אלע אידישע צרכים אין וויליאמסבורג, האט אבער פארט נישט אהערגעשטעלט א עירוב, און אזוי אויך זיין נאכפאלגער דער ברך משה, איז א ראי' אז אין וויליאמסבורג ברויך קיין עירוב ניקס זיין.
אנדערע רבנים האלטן אפילו אז בעדפארד עוועניו איז א רשות הרבים דאורייתא, דעריבער קען מען נישט מאכן קיין עירוב אין וויליאמסבורג, און אפילו עס איז געווען עירובין בחייו פון דעם דברי יואל, אין בעדפארד גארדענס, ראדני, אין סוכות, איז אבער קיינמאל נישט געווען קיין עירוב איבער בעדפארד עוועניו.[פֿעלט אַ מקור]
למעשה האלטן זיך מערסטנס חרדישע אידן אינעם וויליאמסבורגער ציבור צוריק פון טראגן מיט'ן עירוב. געוויסע אידן טראגן אבער יא מיט'ן עירוב.
נאך פארשידענע מערכותרעדאַקטירן
במשך די יארן איז פארגעקומען פילצאליגע מערכות איבער געשעפטן און ארגאניזאציעס מיט'ן ציל אנצוהאלטן די אפגעזונדערטע סטאנדארטן פון אידישן וויליאמסבורג, אנגעהויבן יארן צוריק ביי גרין'ס פיצא שאפ וואס איז געווען די ערשטע פיצא געשעפט אין וויליאמסבורג, און דערנאך ביים געוועזענעם גל-פז, ווי אויך ביי א מעיק-אפ געשעפט אויף לי עוועניו ווי עס זענען פארגעקומען טעגליכע פראטעסטן במשך בין הזמנים ביז זיי זענען געצווינגען געווארן צו שפארן. ווי אויך ביי די מערכה קעגן אינטערנעט און סמארטפאנען איז געווארן אפגעהאלטן א פראטעסט אקעגן סאנרייס פאטא-געשעפט פאר'ן אנגעבליך פארקויפן סמארטפאנען פאר בחורים.
די קנאישע קרייזן ווילן אז מען זאל נישט פארקויפן די המודיע צייטונג אין וויליאמסבורג, אזוי אויך די משפחה און עמי מאגאזינען. א ספעציעל אגרעסיווע קאמפיין איז פארגעקומען אנטקעגן עמי מאגאזין אין ווינטער פון תשע"ב.
גרענעצן פון דער אידישער געגנטרעדאַקטירן
פון מערב זייט לויפט קענט עוועניו, פון מזרח און צפון לויפט שיף די בראדוועי גאס. און פון דרום ווערט היינט צוטאגס פארעכענט לאפאיעט עוועניו די גרעניץ.
די פאַרשידענע געגנטער פון וויליאַמסבורגרעדאַקטירן
גרויס־וויליאַמסבורג איז אײַנגעטיילט אין פאַרשידענע קוואַרטאַלן, אָנהייבנדיק פון דעם סאַוט-סייד געגנט וואָס באַשטייט בעיקר פון די סאוט 8 און סאוט 9 גאסן באוואוינט בעיקר דורך מיטל-יעריגע אידן, דערנאך די געגנט פון קליימער סטריט - וואס רעכנט אריין פילע שטאטישע פראדזשעקטס - ביז די הייוועי, דערנאך אריבער די הייוועי - ווי עס געפונט זיך די גרעסטע טייל פון וויליאמסבורג - וואס איז אויסגעבויעט מיט אנגעפולטע גאסן פון בראונ-סטאון הייזער, דערנאך קומט די נייע געגנט וואס האט ערשט אנגעהויבן באוואוינט ווערן בערך תש"ס נאך וואס די קאמערציאלע פאבריקן האבן זיך אוועקגעצויגן פון דארט און אויף זייער ארט איז אויפגעקומען פילע גרויסע וואוינונג געביידעס (א גרויס טייל דערפון געבויט דורך דער ראבסקי גרופע), דער דאזיגער געגנט הייבט זיך אן בערך פון וואלאבאוט סטריט וואו עס געפונען זיך גאר אסאך געשעפטן, און ציעט זיך פאר פילע לאנגע גאסן אראפ ביז לאפאיעט עוועניו וואס דאס ווערט גערופן "ניי וויליאמסבורג". דערנאך איז דא א נייע געגנט וואס האט לעצטנס אנגעהויבן ווערן מער באוואוינט, די טרופ געגנט, וואס ציעט זיך היינט-צוטאגס אראפ מארסי עוועניו און טאמפקינס ביז פולאסקי סטריט נעבן דעם האום דיפאו געשעפט.
באַוואוסטע פּערזענליכקײַטןרעדאַקטירן
רבניםרעדאַקטירן
געוועזענערעדאַקטירן
- רבי חיים אברהם דוב בער לעווין הכהן (1859/1860 - 1938), באַקאַנט ווי "דער מלאך", גרינדער פון די מלאכים (חסידישע גרופּע).
- רבי יואל טייטלבוים (1888-1979, תשל"ט), סאטמאר רב און אדמו"ר
- רבי יוסף גרינוואלד, פאפא רב און אדמו"ר
- רבי יונתן שטייף (1877–1958), רב פון קהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג, געגרינדעט דורך ניו יארק ארטאדאקסישע יידן וועלכע זענען געקומען פון וויען; באַקאַנט ווי דער "וויענער רב"
- רבי שמעון ישראל פאזען אב"ד שאפראן
- רבי לוי יצחק גרינוואלד אב"ד צעהלים
- רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם (1905-1994), גרינדער רבי פון דער חסידישער דינאסטיע פון צאנז-קלויזענבורג
- רבי משה טייטלבוים (1914-2006, תשס"ו) סאטמאר רבי
- רבי הערשעלע ספינקער
- רבי יחזקאל שרגא מערץ אב"ד תולעת יעקב
- רבי מרדכי האגער (1922-2018), גרינדער און אדמו"ר פון דער וויזשניץ חסידישער הויף פון מאָנסי במשך 46 יאָר
- רבי יעקב לעבאוויטש אב"ד קאפיש
- רבי אלעזר שפירא אב"ד קיוויאשד
- רבי משה האלבערשטאם אב"ד קיוויאשד
- רבי אשר אנשיל קרויז מראצפערט
- רבי אלחנן יוסף הערצמאן מגדולי בעלי המוסר
- רבי פישל הערשקאוויטש (1922-2017, תשע"ז), האליינער רב, דיין אין קלוינבורגער קהילה, און א פוסק
- רבי אהרן גד כ"ץ אב"ד קאפיש
- רבי חיים דוד לייבאָוויץ (1889-1941), גרינדער און ערשטע ראש ישיבה פון דער 'ראבינער סעמינאַר פון אַמעריקע', היינט באוואוסט אלס "ישיבת חפץ חיים", אין וויליאמסבורג.
- רבי שרגא פייוול מענדלאוויטש (1886–1948), גרינדער פון תורה ודעת און תורה ומסורה
- רבי אליעזר זוסיא פארטוגאל (1898-1982), דער ערשטער סקולענער רבי
- רבי ישראל שפירא (1889-1989), בלוזשאָווער רבי, מיטגליד פון מועצת גדולי התורה
- רבי יעקב יוסף טווערסקי (1899-1968), אדמו"ר פון סקווירא
- רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן דומ"ץ סאטמאר
היינטיקערעדאַקטירן
- רבי זלמן לייב טייטלבוים (געב' 1951), דער דריטער זון פון משה טייטלבוים
- רבי מענדל טייטלבוים אב"ד סאטמאר
- רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד, פאפא רב
- רבי אשר אנטשיל כ"ץ, וויענער רב
- רבי יוסף משה גרינוואלד אב"ד צעהלים
- רבי יצחק יוחנן האגער אדמו"ר פון וויזניץ וויליאמסבורג
- רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש אב"ד דינוב
- רבי יצחק מאשקאוויטש אבד"ק מדר"ש חמ"ד נייטרא וויליאמסבורג
- רבי טודרוס זילבער אב"ד יאוואזשנא
- רבי חיים מערץ אב"ד תולעת יעקב
- רבי שלמה לייב וויינבערגער אב"ד פאיע
- רבי זלמן לייב פילאפ חבר בד"צ התאחדות הרבנים ובד"צ סאטמאר
- רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין אב"ד גאלאנטא וחבר התאחדות הרבנים
- רבי ישראל מענדל שווארטץ אב"ד לאשאנץ
- רבי יצחק מרדכי בראך, אב"ד דאבשינא
עמך אידןרעדאַקטירן
געוועזענערעדאַקטירן
- זכריה דערשאוויץ (1859-1921), גרינדער פון איינע פון די ערשטע אידישע קהילות אין אמעריקע און די ערשטע חסידישע שוהל אין וויליאמסבורג
- ר' יום-טוב עהרליך (1914–1990), באַרימטער חסידישער מוזיקער, קאָמפּאָזיטאָר, ליריסיסט, רעקאָרדינג קינסטלער, און פּאָפּולער פֿאַרווײַלער, באַקאַנט פֿאַר זײַנע פּאָפּולערע ייִדישע מוזיק אלבאמען. איינע פון זיינע מערסט באקאנטע פאָלקס לידער איז "וויליאמסבורג", א ליד וועגן חסידיש וויליאמסבורג אין די 1950ער.
- בנימין "באגסי" סיגעל - מערקווירדיגער באַנדיט, וואָס האט געשאפן די לאַס וועגאַס פּאַס (געבוירן אין וויליאמסבורג)
- אליעזר קעסטנבוים, גרונטייגנס דעוועלאָפּער, גרינדער און טשערמאַן פון 'פאָרטיס פראפערטי גרופע' אין ניו יארק סיטי
היינטיגערעדאַקטירן
- ארי' לייב גלאנץ
- נפתלי משה אינדיג
- ר' אברהם שלמה יאווא
- אלען דערשאוויץ (געבוירן 1938) - אַדוואָקאַט, יוריסט און פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר
- שמעון דושינסקי, מיט-באַזיצער פון דער ראבסקי גרופע אין ניו יארק מיט זיין שותף, יצחק ראבינאוויטש
- יואל גאלדמאן, גרינדער פון דער ברוקלין אנטוויקלונג פירמע, 'אלל ייער מענעזשמענט' (אגאנץ יאר פארוואלטונג)
- איצי האגער, גרינדער פון דער ניו יאָרק סיטי 'קאָרנעל ריאַלטי פאַרוואַלטונג'
באקאנטע סטרוקטורןרעדאַקטירן
אין פאָלקס קולטוררעדאַקטירן
- ר' יום טוב עהרליך אין א ניגון אויף זיין יידיש נחת קאסעטע באזינגט די אידישע שטאט וויליאמסבורג אין זיינע צייטן, און לייגט עס אראפ מיט הערליכע פארבן, ווי עס ווירבלט אידישקייט אין אלע ווינקלען, תלמודי תורה און ישיבות, אפילו דאקטוירים, לויערס, אלעס איז עהרליך און פרום, די פרויען צניעות'דיג. ער פארציילט פון אלע אידישע קהילות וואס עקזיסטירן דארט, יעדער לויט זיין מנהג און שורש, און פארגעסט נישט צו פארציילן פון זיין סטאלינער ביהמ"ד:
... ביים קלויזענבורגען הייסע טרערן, טיפע קרעכצן ביי דעם סקווירא'ן, און די סטאלינע מיט געשרייען, און סאטמאר האט מען נאכנישט אנגעפאנגען, ערשט איז מען אין מקוה געגאנגען, און ביי די וויזניצ'ע טרינקט מען שוין לחיים... |
||
וועבלינקעןרעדאַקטירן
בילדער פון וויליאמסבורגרעדאַקטירן
- בילדער פון אידן אין וויליאמסבורג
- בילדער פון אמאליגן וויליאמסבורג אויף אייוועלט
- wbg-history וומס"ב היסטאריע אין בילדער
פילמען און ביכער וועגן וויליאמסבורגרעדאַקטירן
- א פילם פון חסידישע ייִדן פון יאר תשנ"ז A Life Apart, Hasidism in America
- א בוך פון חסידישע ייִדן Hasidic People: A Place in the New World
נאךרעדאַקטירן
- היסטאריע פון וויליאמסבורג אויף אייוועלט
- וויליאמסבורג ארד WBURG
- וויליאמסבורג פארשידענארטיגס Billburg
- וויליאמסבורג מאגאזין Free Willamsburg
- Our Brooklyn-Williamsburg
- בילדער פון אמאליגן חסידיש לעבן אין וומס"ב Herzberg Photos
עירוברעדאַקטירן
רעפערענצןרעדאַקטירן
געגנטן פון ברוקלין |
בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפסהעד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קראון הייטס · און נאך... |