עפענען הויפטמעניו

הרב יחזקאל שרגא מערץ (נפטר ט' סיון ה'תשל"ב) איז געווען א זון פון הרב יואל זוסמאן מערץ, וואס זענען געווען גאר געשעצטע לייט ביים חרדישן אידנטום. נאכמער, דער פאטער ר' זוסמאן איז גאר געווען א אנהענגער פונעם זון, ר' יחזקאל'ע - ווי מ'האט אים גערופן מיט ליבשאפט.

ער איז געווען אן איידעם ביים באוואוסטן צדיק ר' יעקעלע פראנקפורטער פון קאשוי, און דעריבער האט מען אים אין וויליאמסבורג גערופן "קאשויער רב" כאטש ער האט נישט געהעריג געפירט קיין רבנות און רעביסטעווע נאר זיך מבטל געווען צום ארטיגן סאטמארער רבין.

דער נאמען ר' יחזקאל'ע מערץ פארציילט אסאך היסטאריע, זייענדיג א איש קדוש מאוד. ער פלעגט פארן בקביעות אויף יעדן שבת חזון קיין סקווירא, און איז געווען א שטארקער אנהענגער פונעם סאטמארער רב, דער בעל ויואל משה.

די באהאלטענע היסטאריע, איז באזירט איבער זיין פטירה אום ט' סיון תשל"ב. וואס ווי באקאנט האט ער געלאזט א צוואה אז ער וויל ליגן אינעם סקווערער שטעטל, און עס האבן זיך פארוויקלט ענינים, ווען די ד"ת האט געפסק'עט אז מען דארף אים לייגן אינעם סאטמארער חלקה אינעם בית החיים אין ניו דזשערסי ממילא איז דאס נישט צושטאנד געקומען, אבער עטליכע רמזים איז פארגעקומען ביי זיין לויה, וואו ער איז עטליכע מאל ארויסגעפאלן פונעם ארון, און מ'האט געדארפט צוריקלייגן דעם גוף.

זיין גבאי ר' ברוך ברילל ע"ה האט פארציילט אז, באלד נאך דער פטירה פון ר' יחזקאל'ע, איז ער אים געקומען אין חלום, און געזאגט, "וויבאלד איך האב געוואלט ליגן אין סקווירא, און למעשה האט מען מיך נישט דארט געלייגט, וועל איך נאכאמאל אראפקומען, דו וועסט האבן א אייניקל וואס וועט געבוירן יעצט און וועט באלד שטארבן נאכן געבורט, דו זאלסט אים א נאמען געבן יחזקאל שרגא און לייגן אינעם סקווערער בית עולם".

ער איז געווען נערץ ביי אלע צדיקי הדור. ווען ער איז געווען אין א"י האט ער באזוכט ביים הייליגן חזון איש און ביי ר' אהרעלע בעלזער.

ער איז נקבר אין סאטמארער חלקה אין בית החיים אין ניו זשערסי.

קינדעררעדאַקטירן

זעט אויךרעדאַקטירן