נפתלי הורוויץ (וויליאמסבורג)

קראלע'ר רבי

רבי נפתלי הורוויץ איז דער קראליער רבי. ער איז דער אינגסטער זון פון רבי הערשעלע ספינקער.

רבי נפתלי הורוויץ אדמו"ר מקראלי וויליאמסבורג, צוזאמען מיט אולאמער רב שליט"א.

ער איז אלס חתן (ה'תשמ"ד) געווארן אויפגענומען אלס מנהל רוחני אין דער ספינקער תלמוד תורה. ער האט אנגעהאלטן די פאסטן ביז ער האט געעפנט די ספינקא מיידל שולע אין וויליאמסבורג.

ווען זיין טאטע איז אוועק האט ער זיך געעפנט אן אייגן בית המדרש אין וויליאמסבורג, אויף וואלעבאוט ראג פון מידעלטאן גאס, מיטן נאמען בית שמואל צבי קראלי. נאך זיין טאטע ר׳ שמואל צבי און זיין זיידע ר' אברהם אביש מקראלי. ער האט גאר שטארק מצליח געווען צו ציען אסאך חסידים און מעריצים בעיקר אינגעלייט און האט געבויט א פראכטפולע ביהמ״ד אויפן צווייטן שטאק אין דעם זעלבן בנין, און די צייט איז דער ערשטע ביהמ״ד געווארן א שטיבל אינאיינעם מיט נאך צוגעבויטע שטיבלעך אויפן ערשטן שטאק.

היינט איז קראלי אין וויליאמסבורג א שיינע גרויס חסידות. מיט א תלמוד תורה, א מיידל שולע און א קאנטרי אין פאלסבורג, ניו יארק.


וועבלינקען

רעדאַקטירן