יצחק יעקב ראבינאוויטש (דינאוו)
רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש | ||
---|---|---|
דינאווער רבי | ||
געבורט | ט"ו ניסן תש"ב פעסט | |
חסידות | דינאוו | |
הויף ארט | וויליאמסבורג, ברוקלין | |
נומער אין דינאסטיע | 5 | |
פאטער | רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש | |
מוטער | חי פרומא רבקה רבינאוויטש | |
ווייב | רביצין צפורא פרענקל | |
קינדער | מרת לייפער חיים אלעזר ראבינאוויטש שלמה ראבינאוויטש צבי הירש ראבינאוויטש בןציון ראבינאוויטש מרת טייטלבוים זלמן יוסף ראבינאוויטש |
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם דינאווער רבי אין ניו יארק. טאמער זוכט איר דעם ייד הקדוש, זעט יעקב יצחק ראבינאוויטש (פרשיסחא).
רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש (געבוירן ט"ו ניסן תש"ב) איז דער דער דינאווער רבי אין אמעריקע.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרבי יצחק יעקב ראבינאוויטש איז געבוירן געווארן אין דער שטאט פעסט אונגארן דעם ערשטן טאג פסח תש"ב צו זיין פאטער הרב ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש, מונקאטשער רבי און צו זיין מוטער הרבנית חי פרומא רבקה טאכטער פון רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל, דער מנחת אלעזר פון מונקאטש. דער ברית איז פארגעקומען אחרון של פסח תש"ב. דער רבי הייסט "יצחק יעקב" נאך זיין עלטער זיידע רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש פון ביאלע.
זיין יוגנט
רעדאַקטירןאין ט' אדר תש"ד האט זיין פאטער מיט די משפחה פארלאזט אייראפע אין געפארן קיין ארץ ישראל, שפעטער אין זיינע קינדערישע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיינע עלטערן קיין סאו פאולא בראזיל. אלס קינד האט ער געלערנט מיט זיין טאטע וואס איז דאן געווען רב פון סאו פאולא און הויפט־רב פון בראזיל. נאך זיין בר מצוה האט אים זיין טאטע געשיקט לערנען אין דער טעלזער ישיבה אין קליוולאנד, אהאיא, ווי אויך אין בית המדרש עליון אין מאנסי, ניו יארק.
ער איז געוווארן א איידעם ביי רבי בנציון פרענקל,וויעליפאליער רבי
רבנות
רעדאַקטירןגלייך נאך זיין חתונה האט ער זיך געצוגען קיין פלעטבוש ווי ער האט געפענט זיין בית המדרש אין דעם קענזינגטאן געגנט פון פלעטבוש אויפן מונקאטשער נוסח.
אין תשס"ח האט ער זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג אויפן פארלאנג פון די פילע תלמידי וחסידי מונקאטש וואס האבן געוואוינט דארט. ער האט געעפנט זיין ביהמ"ד אין ניי וויליאמסבורג און האט צענדליגע מנינים שחרית מנחה מעריב א טאג, א היכל התורה וואו עס זיצן הונדערטער אידן און לערנען א גאנצן טאג. אזוי אויך האט דער רבי א ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג מיט קרוב צו הונדערט בחורים אין א ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג מיט קרוב צו צוויי הונדערט בחורים וואס ווערט געפירט דורך זיין זון דער דיין און ראש ישיבה רבי חיים אלעזר.
אויפן וועג פון זיין זיידן דער מנחת אלעזר פון מונקאטש, און זיין טאטע, איז אויך דער רבי ממשיך אלץ מוהל, ווי אלע חסידים אדער סתם מעריצים זענען מכבד דעם רבין אלס מוהל.
מיט די צייט ווען די חסידות האט זיך מער פארשפרייט, האט ער געפענט דינאווער שטיבלעך אין בארא פארק וואס שטייט אין שפיץ פון זיין זוהן רבי שלמה, און אין קרית יואל אין שפיץ פון א דיין פון די דינאווער קהילה.
די נאמען דינאוו איז נאך זיין זיידע דער בני יששכר מדינאוו, דער מייסד פון דער דינאוו (הויף)
זיינע ספרים
רעדאַקטירןאין תשס"ח איז ארויס געקומען פון זיינע תורות א ספר שמן למאור עה"ת ומועדים. ווי אויך קומט ארויס יעדע וואך א גליון פון זיינע תורות.
משפחה
רעדאַקטירןדי קינדער פון רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש זענען:
- די רביצין פון רבי בערל לייפער, אב"ד נאדווארנע אין לייקוואד
- רבי חיים אלעזר ראבינאוויטש , דומ"ץ און דינאווער ראש ישיבה, אן איידעם פונעם סטריזשעווער רבי פון בארא פארק.
- רבי שלמה ראבינאוויטש. אב"ד דינאוו בארא פארק
- רבי צבי הירש ראבינאוויטש אב"ד באבוב מאנסי און ראש ישיבה פון דברי חיים, איידעם פון רבי יהושע רובין, רב פון באבוב-45.
- רבי בנציון ראבינאוויטש
- די רביצין פון רבי ישראל יעקב טייטלבוים
- רבי זלמן יוסף ראבינאוויטש