סי געיט
סי געיט איז א געגנט אין ברוקלין, ניו יארק, עס וואוינען דארט 5000 מענטשען און עס איז פארהאן 2000 דירות, עס געפונט זיך ביים מעריב-דרום ווינקל פון ברוקלין און עס טוט זיך גרעניצן מיט קאני איילענד צו מזרח.
סי געיט איז געבויט געווארן אויפן ארט וועלכעס איז אין די מיטעלע 1800 אנגערופען געווארען Norton's Point אדער West Brighton ווי די מאכטפולע פאליטישע קרופטירטע ארגאניזאציע Tammany Hall האבן אויפגעשטעלט שאַנדהייזער און דארט האט זיך אויסבאהלטען זייער פירער דער געוועזענער קנגרעסמאן William Marcy Tweed וועלכער איז אנטלאפען פון א מאנהעטן תפיסה, פון דארט האט ער געכאפט א שיף קיין קובא. אין 1892 האט מען פארקויפט דאס פלאץ און אויפגעשטעלט א Yacht Club - וועלכער איז פארברענט געווארן אין די 30' יארן - און א פארוויילונגס ארט פאר רייכע אריסטעקראטען, דאמאלטס איז געבויט געווארען גרויסע פאלאצען און האטעלען דעזיינט דורוך בארימטע ארכיטעקן, אין 1899 האבן די פולע נייע היים איינגעטומערס זיך צונויפגענומען און באשטימט אן אסאציאציע (Association) וועלכע זאל זיי פארטרעטן און איר א נאמען געגעבען "די סי געיט אסאציאציע". במשך די 30' יארן ווען עס האט געהערשט די דעפרעסיע אין אמעריקע האט סי געיט פארלוירען איר חן די רייכע לייט זענען פארשווינדען געווארען און די אלע גרויסע פאלאצען זענען צוטיילט געווארען פאר מערערע דירות ווי די מיטל קלאס מענטשן האבן זיך באזעצט. אין די 40' יארן ווען עס האט געהערשט דער צווייטער וועלט מלחמה האט מען זיך אין אמעריקע געשראקען פון א פלוצלינגער באמבאדירונג מצד די דייטשע לופט כוחעס, האט מען דאמאלט אויפגעבויט אנטי-ערקרעפט anti aircraft באזעס אויפן ים בארטען פון סי געיט. די איבערבלייבענישען פון די אנטי-ערקרעפט איינריכטען איז געווען מערגבאר ביז אינמיטן די 90' יארן ווען די us army corps of engineers האט באשאטן דער ים בארטען מיט טויזנטער טאנען פון זאמד און באגראבן אלזדינג צוליב א גרויסער פארפלייצונג וועלכער האט אומגעווארפען א הויז און געטון שאדן צו מערערע אנדערע הייזער.
סי געיט טוט ביז היינט פונקצואנירען ווי א זעלבשטענדיגע פריוואטע שטאט מיט אן אייגענעם פאליציי דעפארטמענט וועלכע איז דער עלצטער פאליציי דעפארטמענט אין ברוקלין, סי געיט איז באשיצט מיט א הויעכער צוים פון מזרח זייט - וועלכער האט 2 טוירען ווי די פארקער פון מענטשען און אטומאבילען קומען אריין - און מיט'ן ים פון דריי, די גאסען און פארקס זענען די אייגענטום פון די סי געיט אסאציאציע וועלכע זענען די פארשטייערס פון די 820 היים איינגעטומער. די אסאציאציע באשטייט פון 21 ערוועלטע איינוואוינער, וואלען קומט פאָר א יעדערס יאר אויף 7 פון די 21 בענקלעך, צו וועלען אדער צו ווערן געוועלט מיז מען זיין אן היים איינגעטומער, דער אסאציאציע באשטימט אויך א פרעזידענט און א ווייס פרעזידענט פון ציווישען אירע מיטגלידער.
אידן אין סי געיט
רעדאַקטירןאון די בראשית יארן פון סי געיט האט מען קיין איד נישט אריין געלאזט אבער מיט דער צייט האט זיך דאס געטוישט אז מיט א 10יאר צוריק האט די ניו יארק טיימס געשריבען אין אן ארטיקעל איבער סי געיט אז אירע איינוואוינערס זענען 70% אידן איינגעטיילט אין דרי גרופעס, אלט געזעצענע אמעריקאנער אידן, ארטאדאקסישע אידן און רוסישע אידן.
פון די ערשטע פאפעלערע אידישע איינוואוינערס איז באקאנט דער באוויסטער שרייבער יצחק באשעוויס זינגער וועלכער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין 25' (לויט אנדערע ערשט אין 35') צו זיין ברודער וועלכער האט געוואוינט אין סי געיט און קורץ דעראויף האט ער זיך זעלבסט געדונגען א דירה פאר $4 א וואך, און שפעטער אין זיינע שרייבונגען האט ער געשריבען איבער סי געיט מיט קורצע זאצן.
די ערשטער שול וועלכער איז געבויט געווארן אין סי געיט האט און זיינער צייט געהאט אויס צו שטיין פון די אנטעסעמיטישע איינוואוינער וועלכע האבן געמאכט מערערע פראבלעמען מיטן בויען אבער די שול כנסת ישראל שטייט נאך ביז היינט, במשך די 70' יארן איז דארט געווען רב הרב געלבמאן, דער היינטיגער רב איז הרב בריקמאן פון חב"ד וועלכער האט א שטארקער השפעה אויף די רוסישע אידן.
אין די 50'-60' יארן האבן זיך א טייל מתפללים אפגעטיילט און געגרינדעט א נייער שול ווי הרב קראוויץ און שפעטער הרב אריעלי האבן געדינט אלץ רב, דערנאך אין די 80ער יארן איז די שול איבער גענומען געווארן דורוך הרב רובין זין פון סוליצער רבין פון פאר ראקאוועי וועלכער פירט דעם שול ביזען היינטאגען טאג.
חרדישע יידן קומען קיין סי געיט
רעדאַקטירןביז די מיטעלע 70' יארן האבן קיין סאך היימישע אידן נישט געוואוינט אין סי געיט און די איינצעלע וועלכע האבן יא געוואוינט האבן זיך שווער געפונען דאס פלאץ. עס איז דארט געווען צוויי כשרע האטעלן Sea Gate Manor און דער Ocean Breeze Hotel וואו טייל פלעגן קומען אמאל אויף א שבת און וואו אויך זענען געווען אזאלכע וואס פלעגן דינגען א דירה אויפ'ן זומער.
דער סי גייט מאנאר האטעל האט פֿונקציאנירט ביז די אנהייב 80' יארן ווען ער איז געווארן אן אנשטאלט פאר גייסטישע צוריקגעשטאנענע פערזאנען, בערך מיט א פינף יאר שפעטער איז ער אפגעקויפט געווארן און אדורך א גענצליכע רענאוואציע און איז פון דאמאלט באקאנט אלס די "סי געיט קימפעטארן היים".
אין די מיטעלע 70' יארן איז הרב מייזעלס אויף געקומען מיט א פלאן אז היימישע אידן זאלן זיך באזעצן אין סי געיט, ווי די הייזער זענען פיל ביליגער געווען און צוביסלעך האט זיך אן עולם פון בארא פארק און וויליאמסבורג זיך באזעצט אין סי געיט. הרב מייזעלס האט באלד געלאזט בויען א גרויסע שול מיט א מקוה וועלכע האט אויך געדינט אלס מקוה טהרה אין די ערשטע יארן, די שול איז דער צענטער פון אידישקייט אין סי געיט.
דער רבי פון ריבניץ האט אויך געוואוינט אין סי געיט עטליכע יאר, מען האט געקויפט א גרויס הויז וואו דער רבי האט געוואוינט און א שול און אויך געבויט א מקוה, היינט ווערט די שול אנגעפירט דורך ר' דוד מייזעלס דער עלצטער זון פון הרב מייזעלס און די מקוה איז גענצליך איבערגעבויט געווארן און ווערט באניצט אלס די מקוה טהרה פון סי געיט.
אין די אנהייב 80' יארן האט זיך געצויגן קיין סי געיט הרב שמאול קרויס און געעפענט א שול, הרב קרויס וועלכער קען אויך באצייכענט ווערן אלס א חסידישער רבי מיט זיין פירן טיש, י"ב חלות, טיילן שיריים. מיט די צייט האבן זיינע מענטשן און מתפללים געבויט א נייע שול און א מקוה אבער דערנאך האט מען זיך צוטיילט און הרב קרויס איז צוריק צו זיין שול און די בעלי בתים זענען געבליבן אין דער נייער שול. הרב קרויס האט נאך עטליכע יאר זיך געצויגן קיין קרית יואל. ווידער די בעלי בתים שול איז אנגעגאנגען אָן א אפיציעלן רב און אויף די הייליגע טעג און שיינע שבתים פלעגט צו זיי קומען פראווערען ר' ברוך מרדכי לעבעוויטש מקמארנא, בערך אין 90' האט ר' אלימלך אשכנזי וועלכער איז פריער געווען רב אין מעלבארן אויסטראליע איבערגענומען די שול.
געגנטן פון ברוקלין |
בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפסהעד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קראון הייטס · און נאך... |