דבר יום ביומו
דבר יום ביומו איז א טאג צייטונג וואס מעלדט בלויז היימישע שידוכים און לוויות און מודעות.
עס ווערט ארויסגעגעבן דורכן אנפירער פון די וויליאמסבורג טראלי אברהם יהודה לעבאוויטש וואס איז א קאשוי/זאלי חסיד און תלמוד.
ביי די וואלן אין וויליאמסבורג אין די סליחות טעג תשס"ט האט ער זיך שטארק באשמוצט אננעמענדיג ווילדע עקלהאפטיגע אדווערטייזמענטס קעגן א היימישן ערליכן קאנדיאדאט אברהם יצחק אבראהא.
ער האט אויך לעצטנ'ס געפענט די "אשת חיל אויסגאבע"!
טייל האלטן אז דער דבר יום ביומו פירן זיך ווי דאס איז א פארטייאיש בלעטל למשל די יארצייטן פין רבי'ס וואס זענען לפי השקפתו האט ער דערמאנט אין די אנדערע נישט. ב' ניסן די יא"צ פונעם סקווערער רבי'ן רבי יעקב יוסף וואס א גרויסער ציבור וואס איז געקומען נאך דער מלחמה קיין אמעריקא האט זיך נאך מסתופף געווען בצילו אדער עכ"פ זיך געקוויטעלט ביי אים. ובתוכם די גדולי הרבנים והצדיקים די שארית הפליטה. כ"ק מרן מסקולען זי"ע וואס פלעגט פארן אויף סקווער אויף שבתים. אפילו אויפן לעצטן שבת אויך.
האט דער דבר יום ביומו אויך אויסגעלאזט זיין יא"צ.
זעט אויך
רעדאַקטירןגוט מארגן מבשר ואומר לוח הציבור קול הציבור