יידיש נחת (אלבאם)
יידיש נחת איז די ערשטע קאסעטע פון דעם באקאנטן זינגער ר' יום טוב עהרליך, אין דער יידיש־נחת סעריע. לענג: 50 מינוט.
די לידער אינעם טייפ:
- אין מיטן ים - ”אין מיטן ים פאָרט אַ שיף, פאָרט זי אױסגעצױגן, פאָרט אַ ייד פון ארץ ישראל מיט פערוויינטע אויגן...”
- א ארץ ישראל איד דארף אוועק פארן פון ארץ ישראל, עס איז אים ביטער אויפן הארצן, א איד טרעפט אים און זאגט אים זייט נישט באזארגט, אין אמעריקא איז דא געגענטער וואס זענען מים חיים אזוי ווי אין ירושלים.
- וויליאמסבורג - ”אין װיליאַמסבורגער גאַסן װען איר גײט אַרױס װי ס'הײבט זיך אַן טאָגן...”
- זינגט א ניגון אויף די אידישע שטאט וויליאמסבורג, און לייגט עס אראפ מיט הערליכע פארבען, ווי עס ווירבילט אידישקייט און אלע ווינקעלך, תלמודי תורות ישיבות, אפילו דאקטוירם לויערס אלעס איז עהרליך און פרום, די פרויען צניעות'דיג, פארציילט פון אלע אידישע קהילות וואס עס עקזיסטירן דארט, יעדער לויט זיין מנהג און שורש, פארעסט נישט צו פארציילן פון זיין ביהמ"ד "און די סטאלינע חסידים שרייען".
- קינדער - ”געסאַלאַך, הײזער, חדרימלאַך, רײכערע, מיטעלע, אָרימלאַך...”
- פארציילט דעם סדר א קינד ווערט געבוירן, עלטערין פלאגן זיך מיט אים, ווישען און וואשען אים, אויף מיט אים ביינאכט, לערנען אין חדר און אין סקול, האט נאך קינדער ביז עס ווערט א גאנצע שטוב מיט קינדער, מען פלאגט זיך, און פארטיגט: הערט מען א קינד שרייט ה' אחד, און עס ווערט פארגעסן אלע פארדראסלעך. ביז זיי ווערן שוין אלטע לייט.
- מודה אני - ”די זון איז שױן אַרױס, אַרײַנגעשײנט אין הױז...”
זינגט ווי אזוי מען לויבט השי"ת מיט מודה אני יעדן צופרי
- ברוך השם - ”אַ ראָד מיט אַ רינדל, די גאַנצע געזינדל, אַלע קינדער טאַנצן מיטן גוף דעם גאנצן...”
א ליד צו לויבן השי"ת אז מען האט גאנצע גלידער, אז מען האט פיס צו גיין, א הענט צו טאפן, א נאז צו שמעקן, און אפילו מען פאלט אראפ הייבט מען זיך אויף און מען זאגט ווייטער "ברוך השם".
- קינדער עסן -
- ברכות - ”משהלע, משהלע, הער זיך אײַן, ביסט אַ יינגעלע שײן און פֿײן...”
- ריינקייט - ”אַך װי שײן אַך װי שײן, חנהלע איז שײן, זעט װי רײן, זעט װי שיין חנהלע גייט ריין...”
- צדקה - ”זעט װער האַלט עס אין אײן לױפן מיט אַ פושקע הין און הער...”
- א גוט מארגן - ”אַ גוט מאָרגן לערערין, אַ גוט מאָרגן קינדערלאַך...”
- מוח מוח - ”מוח, מוח, גיב מיר כּח. לערנען פאר דעם בורא. בױג די קאפ אין רעכטען זייט...”
- שפיעלן - אָן אַז - ”אָן אַז די לעפֿל קריכט אין ייַאַיכעל מאַכט עס דאָרט אַ לאָך..”
- שלאפן קינדער - ”שלאָפן קינדער שלאָפן, דער טאָג איז שױן אַנטלאָפן...”
פארציילט פאר די קינדער וויאזוי עס איז פלוצלונג געווארן נאכט און יעדער גייט שלאפן.
- נאכט - לייגט אראפ מיט זיין אייגענארטיגן סטיל וויאזוי אלע קינדער שלאפן, די קלענסטער פון אכט חדשים וועקט זיך אויף אינמיטן נאכט, און מיט אים וועקן זיך אויף אלע קינדער, די מאמע שלעפט צוריק יעדן איינעם איין.
- אין בית המקדש - ”אין בֿית המקדש, אין בּית המקדש, דער כּהן גדול שטײט...”
פארציילט וויאזוי די קינדער חלום'ען פון בית המקדש, וויאזוי די לויים האבן געזונגען, און וויאזוי עס וועט אראפ קומען א פייער'דיגער בית המקדש פון דער הויך
- אַ טרײן - ”פֿאָרט אַרום אַ טרײן אין הױז, אַלע קינדער קלײן און גרױס...”
יום טוב עהרליך'ס אלבאמען | |||||
נומער | נאָמען | נומער | נאָמען | נומער | נאָמען |
---|---|---|---|---|---|
1 | יידיש נחת | 13 | מידות | 25 | א שבת מיטן רבין |
2 | תורה | 14 | דיַ | 26 | דער בעל שם טוב 1 |
3 | תשובה | 15 | שלא עשני גוי | 27 | דער בעל שם טוב 2 |
4 | שמע בני | 16 | למנצח בנגינות | 28 | אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3) |
5 | אמעריטשקע | 17 | קול מבשר | 29 | שושנת יעקב |
6 | אמונה | 18 | מזמור לתודה | 30 | אשרינו 1 |
7 | שבת | 19 | יציאת מצרים 1 | 31 | אשרינו 2 |
8 | לוקסוס 1 | 20 | יציאת מצרים 2 | 32 | הלל |
9 | לוקסוס 2 | 21 | חסד | 33 | רננו צדיקים 1 |
10 | חבלי משיח 1 | 22 | אליהו הנביא | 34 | רננו צדיקים 2 |
11 | חבלי משיח 2 | 23 | דער סאטמארער רבי 1 | 35 | מודה אני |
12 | שבחי ירושלים | 24 | דער סאטמארער רבי 2 | 36 | בטחון |