רבי יום טוב שמחה עהרליך (געבוירן ה'תרע"ה 1914 - כ"ז תמוז ה'תש"ן 1990) איז געווען א יידיש שפראכיק חסידישער זינגער און קאמפאזיטאר.

יום טוב עהרליך
יום־טובֿ ערליך
קיין פריי בילד
געבורט 1914
קאַזשאַנאָדאָק, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1990 (אלט 76 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ר' יום טוב עהרליך

יונגע יארן

רעדאַקטירן

יום טוב עהרליך איז געבוירן געווארן ה'תרע"ה (1914) צו זיינע עלטערן ר' משה מיט שרה, אין דעם שטעטל קאזנהאראדאק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס), נעבן סטאלין, ביי דער גרעניץ פון פוילן און רוסלאַנד. ער איז געווען דער זיבעטער דור צו א סטאלינער חסיד.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ר' יו"ט'ס טאטע ר' משה האט געהאט א געפיל צו מוזיק, און איידער ער איז רעקרוטירט געווארן צום רוסישן מיליטער האט זיין טאטע אים געבעטן צו קויפן זיך א פידל.

זיין זיידע ר' יום טוב שמחה עהרליך איז געווען פון די גבאים און מקורבים פון רבי אהרן פון סטאלין, דער "בית אהרן".

ווען די דייטשן מיט די רוסן האבן איינגענומען פוילן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער פארטריבן געווארן דורך די רוסן קיין סאמארקאנד אין אוזבעקיסטאן וואס איז דעמאלס געווען א טייל פונעם סאוועטן פארבאנד, דארט האט ער א דורך געלעבט דעם צווייטן וועלט קריג, ביז ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק, ער האט געווידמעט די צוויי אלבאמען פון חבלי משיח אויף דער צייט וואס ער איז געווען אין סאמארקאנד.

אין ניו יארק האט ער געוואוינט אין וויליאמסבורג, און געדאוונט אין דעם סטאלינער בית המדרש. אלס פרנסה איז ער געווען א מוזיקאנט און געזונגען און געשפילט אויף חתונות וואו ער פלעגט זינגען, גראמען און שפילן אויפן פידל און אקארדיאן.

אין יאר ה'תשמ"ח איז ער אריבער וואוינען קיין ארץ ישראל כדי צו זיין נאענט צו זיינע קינדער און אייניקלאך וועלכע וואוינען דארט.

ער איז נפטר געווארן כ"ז תמוז תש"ן פון א הארץ אטאקע, און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.

זיין ווייב חנה רבקה איז נפטר געווארן דעם 3טן מיי 2014 (מוצאי שבת ד' אייר).‏[1]

 
דעקלטייפ פון זושא שמעלצערס פלאטע און יום טובס געזיכט

זיין כח אין נגינה

רעדאַקטירן

ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער געשיקט זיינע קינדער אין שולע, די קינדער זענען אהיים געקומען און געזונגען ניגונים אויף דער ענגלישער שפראך, און ער זייענדיג א אידישער מענטש האט דאס איהם זייער געארט, דעמאלטס האט ער מחליט געווען ארויסצוקומען אויף דער אידישער גאס מיט קאסעטעס פון אידישע ניגונים ווערנדיג דער ערשטער חרדישער יוד אין אמעריקע ארויסצוגעבן מוזיק אלבאמען.

די ערשטע טעיפס זענען טאקע געווען פאר קליינע קינדער, אבער דערנאך האט ער געמאכט ניגונים פאר ערוואקסענע מענטשן אויך.

ער איז געווען א זינגער און געמאכט ניגונים מיט א געוואלדיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח אין אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעהט מען נישט כמעט אין דער אידישער גאס, יעדער ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טעיפס ברענגט ער ארויס דעם אינעווייניגסטן כח הנפש אויף דעם אויבערפלאך.

זיינע ניגונים זענען אייגענארטיג מיט יראת שמים, עס איז פיל מיט חיזוק און אמונה אין גאט, און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערער חוש פון הומאר, און װערטלעך, א סך פילן אז זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט לאנגווייליג, נאר מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, און אז זיינע טעיפס הייבן אויף דער מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט.

אסאך זינגערס האבן נאכגעזוגנען זיינע ניגונים אין זייערע טעיפס, ווי מרדכי בן דוד, אברהם פריד - אין זיין אלבאם גערופן אידישע אוצרות, און זושא שמעלצער. לעצטנס איז דער חסידישער זינגער ר' ירמיה דאמען ארויסגעקומען מיט אן אלבאם ערליכע ניגונים, וואו ער זינגט איבער פון ר' יו"ט'ס מייסטער-ווערק מיט אייגענע שינויים צוגעפאסט צו דער היינטיגער חרדישער גאס.

דער זינגער אברהם פריד האט געזאגט אז ער איז אויפגעוואקסן אויף יום טוב עהרליכ'ס ניגונים.

עס ברויך באצייכנט ווערן אז נישט אלע לידער האט ער אליין פארפאסט, א גרויסע טייל דערפון זענען אלגעמיינע פאלקס לידער אויף וואס ער האט ארויפגעלייגט די ווערטער.

זיינע השקפות

רעדאַקטירן

ער איז געווען א פייערדיגער שונא פון קאמוניזם. ביי אלע געלעגנהייטן ווי ער קען נאר, גיסט ער פעך און שוועבל קעגן די קאמוניסטן און קאמוניזם. זעט אויס קודם צוליב דעם וואס ער זעלבסט האט מיטגעמאכט אין סאמארקאנד ביי די מלחמה יאהרן, און אויך וויבאלד ער איז געווען א סטאלינער חסיד, און האט געוואוסט וואס די קאמוניסטן האבן געטאהן פאר פרומע אידן.

אזוי ווי א חסידישער איד פון פארצייטנס, האט ער אין זיינע טעיפ'ס ממש ערקלערט קריג קעגן די היינטיגע טעכניק און דער מערב וועלט, ער איז אויך געווען א גרויסער אנטי ציוניסט, און ביי יעדער געלעגענהייט זאגט ער אין זיינע טעיפס אז מדינת ישראל און די תורה זענען צוויי באזונדערע וועלטן. אבער מיט זיין געוואלדיגער חוש ברעגנט ער עס ארויס מיט א זעלטענעם הערליכן געשמאק, און מיט זיסע ווערטלעך.

ר' יום טוב איז אוועק פון דער וועלט פרייטאג פרשת מטות-מסעי, ז"ך תמוז אין יאר תש"ן (July (19)[20], 1989) פון א הארצאטאק.

זיינע קאסעטעס

רעדאַקטירן

ר' יום טוב האט ארויס געגעבן 36 הערליכע קאַסעטעס. א פּאָר פון זיי זענען איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש נאך ר' יום טוב'ס פטירה. אויך ביי זיין לעבן האט ער געבעטן פון זיין זון ארויסצוגעבן א קאסעטע איבערגעזעצט אויף העברעאיש מיטן נאמען "הלו זאת ירושלים".

היינט צו טאג געהערט די רעכט פון דרוקן און פארשפרייטן די אלע סידי'ס צו קרן שמואל ישעיה.

יום טוב ערליך האט ארויס געגעבן די 36 אלבאמען אונטערן נאמען יידיש נחת.

יום טוב עהרליך'ס אלבאמען
נומער נאָמען נומער נאָמען נומער נאָמען
1 יידיש נחת 13 מידות 25 א שבת מיטן רבין
2 תורה 14 דיַ 26 דער בעל שם טוב 1
3 תשובה 15 שלא עשני גוי 27 דער בעל שם טוב 2
4 שמע בני 16 למנצח בנגינות 28 אמונת צדיקים (דער בעל שם טוב 3)
5 אמעריטשקע 17 קול מבשר 29 שושנת יעקב
6 אמונה 18 מזמור לתודה 30 אשרינו 1
7 שבת 19 יציאת מצרים 1 31 אשרינו 2
8 לוקסוס 1 20 יציאת מצרים 2 32 הלל
9 לוקסוס 2 21 חסד 33 רננו צדיקים 1
10 חבלי משיח 1 22 אליהו הנביא 34 רננו צדיקים 2
11 חבלי משיח 2 23 דער סאטמארער רבי 1 35 מודה אני
12 שבחי ירושלים 24 דער סאטמארער רבי 2 36 בטחון



אין יאר 1982 האט מרדכי בן דוד איבערגעמאכט עטליכע לידער פון יום טוב עהרליך אין זיין אלבאם "איך האב געווארט".

אין יאר 1992 האט אברהם פריד ארויסגעגעבן דעם ערשטן חלק פון די אלבאמס "יידישע אוצרות" אויף יידיש, און "אוצרות יהודים" אויף העברעיש, וועלכע ענטהאלטן איבערגעמאכטע לידער פון יום-טוב עהרליך. אין יאר 1994 האט אברהם פריד ארויסגעגעבן דעם צווייטן חלק פון די אלבאמס.

אין יאר 2014 האט ירמיה דאמען ערשינען דעם אלבאם ערליכע ניגונים מיט איבערגעמאכטע לידער פון יום טובן.

אין יאר 2023 האבן ר' יוסף משה כהנא אינאיינעם מיט ר' לוי יצחק פאלקאוויטש ארויסגעגעבן א פרישער סידי, מיטן נאמען 'אן עהרליכע ליד', די סידי אנטהאלט אין זיך 10 ניגונים פון ר' יום טוב עהרליך ז"ל, און האט אפגעהילכט מיט עקסטאז אין דער אידישער גאס וואו מען ווארט שוין יארן אויף אזעלכע ווערק.

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. אהרן יונג, ‏מרת חנה רבקה עהרליך למנוחות, אויף JDN וועבזייטל (אויף העברעיש)