ישראל שפירא
רבי ישראל שפירא הי"ד (ה'תר"ן - א' חשוון ה'תש"ן) רב אין פראכניק באקאנט אלס דער בלאזשאווער רבי.
געבורט | 12 נאוועמבער 1889 | |
---|---|---|
טויט | 30 אקטאבער 1989 (אלט 99) | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי ישראל איז געבוירן חשוון ה'תר"ן, צו זיין פאטער הרב יהושע שפירא, רב אין ריבאטוטש, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בלאזשאוו, א זון פון הרב דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב יעקב דאכנער, פון דעלאטין
רבנות
רעדאַקטירןרבי ישראל איז געווען רב אין פראכניק, נאך זיין פאטער'ס פטירה האט ער זיך באזעצט אין איסטעריק.
רבי ישראל האט נאך געקענט די גדולי ישראל פון פאר דער ערשטער וועלט קריג, רבי ישראל האט אנטייל גענומען אין דער ערשטער כנסיה הגדולה אין וויען אין יאר ה'תרפ"ג.
נאך דער צווייטער וועלט קריג האט רבי ישראל געוואוינט א קורצע צייט אין בריסל נאכהער איז ער געקומען קיין אמעריקא און געעפנט זיין בית המדרש אין וויליאמסבורג, און שפעטער זיך געצויגן קיין בארא פארק.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי ישראל איז נפטר געווארן אין עלטער פון הונדערט יאר ב' חשוון ה'תש"ן אין ניו יארק, מען האט אים געפירט קיין ארץ ישראל אין ליגט אין הר הזיתים.
נאך זיין פטירה איז זיין שטיף־זון רבי צבי יהודה שפירא (פריער קושיצקי; תרצ"ו - ט"ז תמוז תשע"ה) געווארן זיין ממלא מקום.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי ישראל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת פערל, א טאכטער פון הרב שלום דוד אונגאר רב אין זשאבנא.
בזיווג שני האט רבי ישראל געהייראט מרת בראניע א טאכטער פון הרב משה מנחם מאלכיאר.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר