פאראייניגטע קעניגרייך

קאנסטיטוציאנאלע מאנארכיע אין צפון-מערב אייראפע
(אַריבערגעפֿירט פון פאראייניגטן קעניגרייך)

דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרױסבריטאַניע און צפון אירלאנד (ענגליש: United Kingdom of Great Britain and Northern Ireland), אפט גערופן אין קורצן דאס פֿאַראײניגטע קעניגרײך (United Kingdom) ,איז א קאנסטיטוציאנאלע מאנארכיע אין צפון-מערב אייראפע.

דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון גרױסבריטאַניע און צפון אירלאנד
פאן פאראייניגטע קעניגרייך
פאן פאראייניגטע קעניגרייך
סימבאָל פאראייניגטע קעניגרייך
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: גאט ראטעווע דעם קעניג (God Save the King)
אָרט פֿון פאראייניגטע קעניגרייך
אָרט פֿון פאראייניגטע קעניגרייך
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך ענגליש
הויפּטשטאָט לאנדאן
רעגירונג קעניגרייך (דעמאקראטיע)
קעניג
פּרעמיער מיניסטער
טשארלס דער דריטער
קיר סטארמער
גרינדונג דאַטום
1707
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
244,820 קוואדראטק"מ קוואַדראַט ק"מ
79טע
1.34%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

63,181,775
21סטע
מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע טריליאן $2.373 ()
וואַלוטע פֿונט (שטערלינג)
צײַט זאָנע UTC
אינטערנעט דאָמען uk.
טעלעפֿאָן קאָד 44+

גרויסבריטאניע איז דער גרעסטער אינזל פון דעם געזעמל פון אינזלען, אדער ארכיפעלאג, באקאנט אלס די בריטישע אינזלען. ענגלאנד איז די גרעסטע און מערסט באקאנטע אפטיילונג פון דעם אינזל פון גרויס בריטאניע, אויפנעמענדיג די דרום און מזרח. וויילס איז אויף מערב און סקאטלאנד אויף צפון. צפון אירלאנד געפינט זיך ביים צפון-מזרח ווינקל פון אירלאנד, די צווייט גרעסטע אינזל אין די בריטישע אינזלען. די הויפטשטאט פון דעם פֿאַראײניגטן קעניגרײך איז לאנדאן וועלכע געפינט זיך מער צו דרום-מזרח פון ענגלאנד.

דאס פאראייניגטע קעניגרייך האט א גוטע עקאנאמיע, א סאפיסטיקירטע טעכנאלאגיע, און צום וויכטיקסטן איז עס א לאנד פון שלום און פרייהייט. בכלל ווערט עס פאררעכנט אלס הויך סטאנדארט לאנד צו וווינען.

א סך לענדער פון דער וועלט זענען אין די פארגאנגענהייט באאיינפלוסט געווארן פון דער בריטישער געשיכטע און קולטור. מיט יעדן פארבייגייענדיקן יאר ווערט ענגליש נענטער און נענטער צו ווערן דער וועלטס שפראך פאר געלערנטע מענטשן אזויווי לאטיין איז אמאל געווען. די סיבה דערפון איז די שטארקע פארשפרייטונג פון דער בריטישער אימפעריע אין די פארגאנגענע דריי דורות. אין אנהייב פון די 1900ער יארן (ווערט גערופן מיטן נאמען "דער 20סטער יארהונדערט") איז א דריטל פון דער וועלטס באפעלקערונג און א דריטל פון דער וועלטס לאנד אויבערפלאך געווען קאנטראלירט אין עפעס א וועג דורכן פאראייניקטן קעניגרייך. א סך לענדער האבן באקומען זעק מיט אימיגראנטן און זענען אנטוויקלט געווארן, ווי מען פלעגט עס דעמאלט רופן, אין טעכטער לענדער. די קאלאניעס (יישובים) האבן זיך עווענטועל פארמירט אייגענע רעגירונגן און זיך פארזעלבסשטענדיקט אלס דאמיניעס (ממשלות). למשל קאנאדע, אויסטראליע, און ניו זילאנד האבן פונקט אזא צושטאנד באקומען.

דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז געווען א פירנדער מיטגלידשטאַט פונעם אייראפעישער פארבאנד און זיין פארגייער, די אייראפעישע עקאנאמישע געמיינדע, זייט 1973. אום 23סטן יוני 2016 אבער, אין א רעפערענדום וועגן דעם לאנד׳ס מיטגלידערשאפט אינעם אייראפעישן פארבאנד, האבן 51.9% געוויילט אז מ׳זאל ארויסגיין, און עס איז טאקע ארויס אין יאר 2020.

מען קען פארקירצן דעם נאמען פאראייניגטע קעניגרייך פון גרױסבריטאַניע און צפון אירלאנד צו פאראייניגטע קעניגרייך, אויף ענגליש אויך UK. אמאל זאגט מען אויך בריטאניע פארן לאנד, אבער מען דארף זיין פארזיכטיג ווייל מען זאגט אויך "בריטאניע" פארן אינזל "גרויסבריטאניע".

צו זאגן "ענגלאנד" אלס דער שם הכולל איז זיכער נישט ריכטיק, ווייל ענגלאנד איז פאקטיש נישט מער ווי א טייל פון גרויסבריטאניע. ס'איז ריכטיק צו רופן די איינוווינער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך "בריטישע". הגם מענטשן פון ענגלאנד קען מען אויך רופן ענגלישע, מענטשן פון סקאטלענד סקאטישע, און מענטשן פון וויילז וועלשישע.

היסטאריע

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – היסטאריע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך

זייט דעם 9טן יארהונדערט זענען געווען ענגלאנד און שאטלאנד צוויי באזונדערן נישט-אפהענגיג קעניגרייכן. די פרינציפאליטעט פון וויילז איז געווארן א טייל פון ענגלאנד אין 1284. אין 1707 זענען ענגלאנד און שאטלאנד, וואס האט אויף זיי געהערשט דער זעלבער קעניג, פאראייניגט געווארן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון בריטאניע. אין 1801 איז אירלאנד אריין אין דער מדינה, וואס הייסט דאס פאראייניגטע קעניגרייך פון בריטאניע און אירלאנד. אין 1922 איז רוב פון אירלאנד געווארן א באזונדערע מדינה, איבעלאזנדיג 6 פראווינצן פון אולסטער צוזאמען מיט בריטאניע. די שטאַט האט אויפגענומען איר היינטיגן נאמען אין 1927.

בריטאניע'ס וויכטיגסטע יארן איז געווען אינעם 18טן יארהונדערט. אין די הונדערט יאר איז בריטאניע'ס געווארן "בריטאניע". די עקענאמיע, די איינוואוינער, די רעגירונג, די אויטאריטי אפטיילונג, די ענווייראמענט זענען אלע אוועקגעשטעלט געווארן אויף די פיס אין יענע יארן.

די בריטישע זענען געווען ספעציאליסטן אין נאכשפורן פאר עפעס פריש. זיי זענען ארומגעפארן אין דער גאנצער וועלט צו טרעפן פרישע אינזלען וואס האבן עפעס ווערד אין זיך און די רעגירונג האט אויף דעם איבערגענומען קאנטראל. מען שאצט אז די זוכענישן זענען אנגעגאנגן בערך הונדערט יאר אין וועלכע מען האט געפינען: די מזרח טייל פון קאנאדע (נאווא סקאשע און ניופאונדלענד) מיט אוצרות פיש, ניו ענגלאנד מיט גוטע האלץ פאר די נעיווי'ס געברויך, די דרום אמעריקאנער דערפלעך מיט טאבאקא, און באהאלטענע טיילן נעבן אינדיע פון וואו מען האט גענומען צוקער, אזיע אינזלען מיט קאווע, טיי, געווירצן (ספייסעס), און רייך קאלירטע באוול (קאטאן), און פון מערב אפריקע האט מען גענומען שווארצע שקלאפן וועלכע מען האט געליפערט אין אמעריקע און די קאריביען אינזלען וואו מען האט זיי אפגעקויפט פאר גוט געלט.

אין יאר 1789 האט אויסגעבראכן א רעוואלוציע אין פראנקרייך קעגן די מאנארכיע און אסאך לענדער זענען געווארן פארמישט אין דעם קאנפליקט צוליב זייער אפאזיציע צו א מאנארכיע קראפט. עטליכע בריטישע פיליזאפן האבן אסאך גורם געווען צו דעם רעוואלוציע און בכלל האט פראנקרייך זיך שוין לאנג געוואלט אויסגעבן איר 500 יעריגע כעס אויף בריטאניע און האט געמאלדן מלחמה קעגן בריטאניע. די בריטישע מיליטער האט זיך שטארק פארלייגט צו באשיצן אירע קאלאניעס אין אלע וואסערן און געשטעלט א שטארקע קעגנערשאפט מיט איר אויסגעצייכנטע נעיווי. די קריג האט לאנג געדויערט (ארום 5 יאר) און די בריטישע האבן געמאכט גרויס פארשריט. נישט נאר וואס בריטאניע האט באשיצט אירע קאלאניעס, זי האט איינגענומען כמעט אלע פראנצויזישע קאלאניעס אלס נקמה. אין יאר 1798 האט דער בריטישער פלאט געגעבן דעם לעצטן קלאפ פאר די פראנצויזישע ווען זיי האבן איינגענומען איינע פון פראנקרייך'ס גרעסטע קאלאניעס (טראלפאגער) און עטליכע גאר הויכע פראנצויזישע גענעראלן האבן זיך אונטערגעגעבן. די טראלפאגער זיג איז באצייכנט געווארן אין די ביכער אלס בריטאניע'ס גרעסטע ים־פלאט זיג.

די גוטע יארן אין בריטאניע איז שטארק פארמינערט געווארן ווען עס האט אויסגעבראכן איינע פון די שווערסטע מלחמות פאר בריטאניע – דער ערשטער וועלט קריג. די גלוסט פאר מאכט אין אייראפע האט צוטיילט אייראפע אין גרופעס אין וועלכע בריטאניע, פראנקרייך, און רוסלאנד האבן געעפענט א קאאליציע קעגן דייטשלאנד וועלכע האט זיך אנגעהויבן אויפבויען מיט די הילף פון עסטרייך-אונגארן און איטאליע. די קריג האט אויסגעבראכן זייער פלוצלינג ווען א סערבישער טעראריסט האט אומגעברענגט דעם יורש פון די עסטרייך-אונגארן טראן. סערביע האט דאס געטאן זיך צו באפרייען פון איר שווערן און מאכטפולן שכן עסטרייך-אונגארן און געוואונען זעלבסטשטענדיקייט.

בריטאניע האט אין די יארן פון די ערשטע וועלט קריג אויסגעפינען אסאך מיליטערישע געצייג זיך קעגנצושטעלן די דייטשע נארוואס פאבריצירטע "יו. באוטס" וועלכע זענען געווען פאקטישע סובמארינען וועלכע האבן געזינקן צענדליגער בריטישע שיפן. רוב בריטישע צווישן 18 און 40 יאר אלט האבן זיך באטייליגט אין די מיליטער און זייערע פרויען האבן איבערגענומען זייערע ביזנעסער. די ערשטע וועלט קריג האט געקאסט פאר בריטאניע דריי מיליאן נפשות.

בריטאניע איז אין די יארן פאר דעם צווייטן וועלט קריג נאך אלץ באצייכנט געווארן אלס איינע פון די שטערקסטע לענדער אין די וועלט און איז געווען א טייל אין די אזוי גערופענע "ליג אף נעישאנס" וועלכע איז געגרינדעט געווארן נאך די ערטשע וועלט קריג צו העלפן אויסגלייכן אינטערנאציאנאלע קאנפליקטן מיט פרידן.

די ערשטע יארן נאך דער צווייטער וועלט קריג איז געווען פון די ערגסטע יארן אין די בריטישע היסטאריע. די עקענאמיע איז געווען אין תהום, טויזנטער מענטשן האבן נישט געהאט קיין דאך איבער'ן קאפ צוליב די צענדליגער טויזנטער הייזער וואס זענען חרוב געווארן פון די באמבארדירונגען, ווער רעדט נאך פון ארבעט.

אין 1973 איז בריטאניע געווארן א מיטגליד אין דעם אייראפעישער פארבאנד.

אין 1996 איז טאני בלער געווארן דער יונגסטער פרעמיער מיניסטער אין דער בריטישער היסטאריע. בלער האט זיך באלד גענומען צו די טראדיציאנאלע לייבאר פאליסיס, ווי סאציאלע דינסטן און האנדל. ער האט אויך געשענקט מער מאכט פאר שאטלאנד און וויילס, געבנדיג זיי מער קאנטראל און פאליטישע זעלבשטענדיקייט. בלער איז פון אנהויב אוועקגעשטאנען פון די אייראפעאישע קאמיוניטי וואס האט שפעטער געפירט צו די איירא וואלוטע סיסטעם, באצייכנענדיג בריטאניע אלס א רייך לאנד וואס ברויך נישט די איירא. בלעיר האט אויך אין א ספעציעלן אקט עלעמינירט כמעט אלע 750 מיטגלידער (אחוץ 92) פון די הויז אף לארד, אלס א שריט צו מאדערניזירן די רעגירונג.

פאר א לאנגער צייט איז אינדיע געווען די וויכטיקסטע קאלאניע אין דער בריטישער אימפעריע, אבער נאך א לענגערע אנטי־קאלאניעל געפעכט מיטן פאראייניקטן קעניגרייך איז איר געלונגען צו ווערן אן אומאפהענגיקע דעמאקראטיע. די בריטישע אימפעריע האט א מאל אריינגענומען גרויסע טיילן פון צפון, מערב, און מזרח אפריקע. וויכטיקע טיילן פון אזיע, ווי האנג קאנג, און א גרויסע צאל אינדזלען אינעם שטילן אקעאן. היינט צו טאג זענען ס׳רוב פון די דערמאנטע ערטער אומאפהענגיק אבער א טייל דערפון האלטן נאך אן א סך בריטישע געזעצן, אינסטיטוציעס, און מינהגים.

אינטרעסאנט אז מערערע לענדער וואס זענען קיין מאל נישט געווען אונטער בריטישער הערשאפט האבן אויסגעקליבן איר פארלאמענטארישע רעגירונג סיסטעם, וואס טייטש אז דער נידעריקער טייל פונעם פארלימענט, וואס ווערט גערופן הויז אף קאמאנס, געבן די לעגיסלאטיווע קראפטן. די הויז אף קאמאנס דערוויילט א טשיף עקזעקיוטיוו, וועלכער איז דער פרעמיער-מיניסטער. דער פרעמיער-מיניסטער וויילט זיך אליין אויס ווער פונעם קאמאנס זאל אריינגענומען ווערן אין דעם קאבינעט און אזוי אויך דערוויילט ער זיך אליין זיינע יועצים. אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די עקזעקיוטיוו איז נישט אפגעטיילט פון די לעגיסלאטור.

דאס פאראייניקטע קעניגרייך איז געווען איינער פון די גרעסטע פיאנערן אין עקאנאמישע ענינים. די ערשטע אינדוסטריעלע רעוואלוציע [די רעזולטאט פון א סך פונדאמענטאלע בייטונגען וואס האבן טראנספארמירט אגריקולטור עקענאמיעס אין אינדוסטריעלע. די ערשטע טויש איז געווען פראדוקציע. מערערע זאכן וואס זענען טראדיציאנעל פאבריצירט געווארן אין היימען און אין קליינע ווארשטאטן האבן אנגעהויבן פאבריצירט ווערן אין פאבריקן] איז פארגעקומען אינעם פאראייניקטן קעניגרייך אין די 18טן און 19טן יארהונדערטער און האט געפירט צו דער אנטוויקלונג פון דער וועלטס ערשטער געזעלשאפט דאמינירטע דורך א מיטל קלאס. בריטאניע איז געווען דאס ערשטע לאנד אין דער וועלט ווו מער פון א העלפט פון אירע איינוווינערס האבן געוווינט אין די שטעט. גיכע עקאנאמישע אנטוויקלונג און וועלטס האנדל האבן געמאכט בריטאניע דאס רייכסטע לאנד דורכאויס דער הערשאפט פון קעניגין וויקטאריע.‏[1] א לאנגע צייט פאר און נאך דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז לאנדאן געווען דער צענטער פון דער וועלטס קאפיטאליזם. נאך היינט איז ער איינער פון די וויכטיקסטע ביזנעס און פינאנציעלע צענטערס אין דער גארער וועלט.

דאס פאראייניקטע קעניגרייך איז א קליין לאנד אין פיזיקאלע גרויסקייט. מיט 94,251 קוואדראט מייל (244,110 קוואדראט קילאמעטער) איז עס אזוי גרויס ווי דער שטאט קאלאראדא, אדער בעסער געזאגט, צוויי מאל אזוי גרויס ווי דער שטאט ניו יארק . דאס פאראייניקטע קעניגרייך געפינט זיך אזוי צו צפון פונעם גלאבוס ווי לאבראדאר (א פראווינץ אין קאנאדע) אין צפון אמעריקע, אבער אנדערש ווי אין לאבראדאר, ווו עס איז תמיד קאלט געפרוירן, איז עס און דער גאנצער צפון אייראפע, געוויינטלעך גאנץ מילד און פרעסטלדיק (טשילי) און א סך נאס. רעגן און פארוואלקנטער הימל קענען פארנעמען אזוי פיל ווי 300 טעג אין א יאר. דאס איז ווייל די ראיאן ווערט געווארעמט דורך דעם גאלף שטראם וואס קומט ארויס פונעם אטלאנטישן אקעאן.

באפעלקערונג

רעדאַקטירן

מען נעמט א צענזוס פונעם גאנצן פאראייניגטן קעניגרייך יעדע צען יאר.‏[2] אין דעם 2011 צענזוס איז די סה"כ באפעלקערונג פונעם פאראיינגטן קעניגרייך געווען 63,181,775.‏[3] זי איז די דריטע גרעסטע אינעם אייראפעאישן פארבאנד, די פינפטע גרעסטע אין דער קאמאנוועלט און די 21סטע גרעסטע אין דער וועלט.‏[4] צווישן 2001 און 2011 האט די באפעלקערונג פארמערט מיט א דורכשנילעכער יערלעכער ראטע פון אומגעפער 0.7 פראצענט.‏[3] צום פארגלייך איז די ראטע געווען 0.3 פראצענט א יאר פון 1991 ביז 2001 און 0.2 פראצענט אינעם צענדליקער 1981 ביז 1991.‏[4] דער 2011 צענזוס האט באשטעטיקט אז די פראפארציע פון מענטשן עלטער פון 65 האט זיך געמער דרייפאך (פון 5 צו 16 פראצענט).‏[3]

ענגלאדס באפעלקערונג אין 2011 איז געווען 53 מיליאן.‏[5] עס איז איינע פון די מערסט געדעכסט באפעלקערטע לענדער אין דער וועלט, מיט 383 מענטשן אין איין קוואדראט ק"מ אין 2003,‏[6] מיט דער גרעסטע קאנצענטראציע אין לאנדאן און דעם דרום־מזרח.‏[7] דער 2011 צענזוס ווייזט סקאטלאנדס באפעלקערונג צו 5.3 מיליאן,‏[8] וויילס צו 3.06 מיליאן און צפון אירלאנד צו 1.81 מיליאן.‏[5] די באפעלקערונג פון ענגלאנד האט געוואקסן גיכער ווי אלע לענדער אינעם פאראייניגטן קעניגרייל אין דער תקופה פון 2001 ביז 2011, מיט א פארמערונג פון 7.9%.

געאגראפישע באשטאנדטיילן און גרענעצן

רעדאַקטירן

דאס פאראייניקטע קעניגרייך גרענעצט זיך אויף דרום מיטן ענגלישער קאנאל (דער ענגלישער קאנאל טיילט אפ צווישן דעם פאראייניקטן קעניגרייך און פראנקרייך. עס איז א שמאלער און לאנגער ים), וועלכער טיילט איר אפ פונעם אייראפעישן קאנטינענט. אויף מזרח, גרענעצט עס זיך מיטן צפון ים (אן ארעם פונעם אטלאנטיק), און אויף מערב מיטן אירישן ים און דעם אטלאנטיק. דעם פאראייניקטן קעניגרייכס איינציקסטע לאנד גרענעץ מיט אן אנדערן לאנד איז צווישן צפון אירלאנד און אירלאנד.

ענגלאנד איז די גרעסטע, מערסט באקאנטסטע, און רייכסטע אפטיילונג פון דעם פאראייניקטן קעניגרייך. עס נעמט אויף 50,352 קוואדראט מייל (130,410 קילאמעטער) פון דאס פאראייניקטע קעניגרייך'ס סך-הכל 94,251 קוואדראט מייל (244,110 קילאמעטער). די געגנט פון סקאטלענד איז 30,420 קוואדראט מייל (78,790 קילאמעטער), וויילז נעמט אויף 8,020 קוואדראט מייל(20,760 קילאמעטער), און צפון אירלאנד נעמט אויף 5,470 קוואדראט מייל (14,160 קילאמעטער). דאס מיינט אז ענגלאנד נעמט אויף 53.4 פראצענט פון דעם פאראייניקטן קעניגרייך, סקאטלענד 32.3 פראצענט, וויילז 8.5 פראצענט, און צפון אירלאנד 5.8 פראצענט.

דאס פאראייניקטע קעניגרייך אנטהאלט אין זיך א סך קליינע אינדזלען. צווישן זיי איז די איילענד אף ווייט, ענגליסעי, סילי, העברידעס, ארקני איילענד, און שעטלענד אייילענדס.

מיט א קורצן בליק: דער אינזל פון ווייט געפינט זיך אינעם ענגלישן קאנאל אויף דרום פון דעם מפאראייניקטן קעניגרייך. דאס אינדזל ציט צו א סך טוריסטן, ווייל דער וועטער איז געוויינטעך מילד און זוניק. דעם אינדזלס הויפט חיונה קומט פון עירקרעפט פאבריצירונג וועלכע גייט שוין אן דארט פון פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה. ענגלסי געפינט זיך אינעם אירישן ים, האט א סך געליטן פון אלע בריטישע מלחמות.

סילי, געפינט זיך אינעם אטלאנטישן אקעאן, איז באמת צענדליקער קליינע אינדזלען און גרויסע שטיינער אין א צוזאמענגענומענעם שטח. אינגאנצן פינף פון די אינדזלען זענען באוווינט מיט קנאפע 3,000 מענטשן. זיי פלאנצן בלומען און גרינסן וועלכע זיי שיקן צום מארק קיין לאנדאן.

די העברידעס אינדזלעך זענען ארום 500 אינדזלען יעדערער מיט אן אנדערן נאמען און ווערט אנגערופן מיטן שם הכולל די העברידעס אינדזלען. עס געפינט זיך אינעם אטלאנטישן אקעאן נעבן סקאטלענד. די איינוווינערס אויף די אידזלען מאכן א שוואכע פרנסה אויפן אלטמאדישן אופן פון פלאנצן געוויקסן.

די ארקני איילענדס זענען א גרופע פון 90 אינדזלען אויך נעבן סקאטלענד. די אינדזלען זענען נידעריק און ליידיק פון ביימער און געוויקסן. איינער פון די גרויסע אינדזלען פארמאגט נאך היינט א ים-באזע פון דעם בריטישן מיליטער וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין די יארן פון דער צווייטער וועלט-מלחמה. אחוץ דעם פראדוצירן זיי מערערע געוויינטלעכע ארטיקלען פון וועלכע זיי מאכן א שיינע לעבן.

שעטלענד אייילענדס, געפינט זיך אויך אינעם אטלאנטיק, איז געווען די ערשטע ציל פאר די דייטשן ימ"ש ווען זיי האבן זיך גענומען איבער די בריטישע אימפעריע. פון די אינזלען קומען ארויס די באוואוסטע ענגלישע וואל וועלכע ווערט פאבריצירט דורך אירע געשיקטע פרויען. רוב איינוואוינער האבן דארט פארמס מיט שאף.

ארום און ארום דאס פאראייניגטע קעניגרייך זענען דא נאך הונדערטער אינזלען וועלכע באלאנגן אין פאקט נישט צו דאס פאראייניגטע קעניגרייך אבער האבן א נאנטן שייכות און פריינטשאפט צו די געוועזענע בריטישע אימפעריע וועלכע האט זיי געגעבן די בעסטע צייטן דורכאויס די צייטן פון די צוויי וועלט קריגן. ווען אימער זיי זענען געווען אונטער בריטישע הערשאפט האבן זיי גענאסן פון אלע פריוועליגיעס גענוי ווי די אייוואוינער אין לאנדאן. די אינזלען זענען צוטיילט און צוויי קעטאגאריעס: דעפענדענד און אומדעפענדענט. די אומדעפענדענטע באלאנגן אין טייל פאר אנדערע הערשאפטן אבער האבן נאנטע שייכות ווי פריער דערמאנט. די דעפענדענטע באלאנגן נישט צו קיינעם און געניסן נאך היינט פון בריטענס פריוועליגיעס. דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז מסכים און ווארטן זיי זאלן אמאל ווערן אייגענע לענדער און זיך מאכן שבת פאר זיך.

די אפהענגיקע אינזלען פירן אן מיט אייגענע רעגירונגן וועלכע ווערן אויסדערוועלט דורך די קעניגן פון בריטאניע. די קליינע רעגירונגן זענען פאראנטווארטליך פאר די געשעענישן אויף די אינזלען און אויף איר עקענאמיע. יעדע פון די טעריטאריעס פארמאגט א מיניסטער אין די בריטישע פארלימענט וועלכע פארטרעט איר. במשך די יארן זענען אסאך פון די אינזלען צוריקגעגאנגען צו זייערע ארגינעלע באלעבאטים. צום ביישפיל, האנג קאנג איז געווען צווישן די דעפענדענט אינזלען און האט זיך שפעטער צוריקגעקערט צו כינע אין 1997 נאכדעם וואס בריטאניעס ארענדע איז אויסגעלאפן.

נאטורליכע ראיאנען און טאפאגראפיע

רעדאַקטירן

די אינזלען פון גרויסבריטאניע קען צוטיילט ווערן אויף צוויי הויפט נאטורליכע ראיאנען – די הויכלאנד זאנע און די נידריגלאנד זאנע. די הויכלאנד זאנע איז פיל מיט הויכע בערג און מאונטענס אויף צפון און מערב. די נידריגלאנד זאנע באשטייט מיינסטענס פון פשוטע אויבערפלאך אן קיין שום באזונדערע דעקארירונג. די זאנעס לויפן אויף אן אויסגעטראכטע ליניע, לויפנדיג אריין אין ענגלאנד פון די וואסער ביים דרום-מערב ברעג ביז צום וואסער ביים צפון-מזרח ברעג. די נידריגלאנד זאנע האט א מילדערע קלימאט און בעסערע ערד פאר פארמינג. רוב מענטשן אין בריטאניע האבן שטענדיג געוואוינט אין די נידריגלאנד זאנע.

די הויכלאנד זאנע

רעדאַקטירן
 
בען נעוויס, דער העכסטער בארג אינעם פאראייניגטן קעניגרייך

ווי פריער דערמאנט איז דאס פאראייניגטע קעניגרייך איינגעטיילט אין צוויי חלקים וועלכע זענען די הויכלאנד זאנע און די נידריגלאנד זאנע. די הויכלאנד זאנע אנטהאלט וואס ווערט אפט אנגערופן רויע קאנטרי, וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון א גרויסע מאס רויע בערג, מאונטענס, און אפגעשווענקטע שטחים מיט טאלן און ליידיגיקייט אינדערמיטן. די העכסטע עלעוואציע אין די אזוי גערופענע בריטישע אינזלען זענען אין די הויכלאנד זאנע. דער העכסטער פונקט איז בען נעוויס וועלכע איז 4,404 פיס (1,343 מעטער) הויך און געפינט זיך אין די הויכלאנד זאנע אין סקאטלענד. די הויכלאנד זאנע איז פארשטייט זיך אסאך קילער אבער עס איז אויך מער רעגנדיג און ווייניג זוניג. אין מערערע ערטער איז פארמינג אוממעגליך. אפילו אין די ערטער וואו מען קען שוין יא פארמען איז דאס א שווערער ארבעט מיט אסאך פראבלעמען. די ערד איז זייער אפט דין אין שטיינערדיג און אונטער דעם די הארטע שטיינערנע בערג. רעגן וואסער ווערט דארט אסאך מאל אנגעזאמעלט און לאזט גאנצע שטחים אנגעלייגט.

וויילז, סקאטלאנד און טיילן פון ענגלאנד זענען אין דער הויכלאנד זאנע. די טיילן פון ענגלאנד אין דער הויכלאנד זאנע נעמט אריין די פענין בארגקייט, וועלכע ציט זיך אריין ביז טיף אין צפון ענגלאנד און אין דרום-מערב האלבאינזל. די פענין קייט ווערט אסאך מאל באצייכענט אלס די רוקן-ביין פון ענגלאנד. עס שלעפט זיך אויף א שטח פון 160 מייל (260 קילאמעטער) פון צפון צו דרום, אנגעפאנגען פון די שעוואט הילס געגענט ביי די גרעניץ פון ענגלאנד און סקאטלענד אין ענדיגט זיך ביז אראפ אין מיטל לאנד פון צענטראל ענגלאנד. די פענין טשעין מאונטענס זענען זייער שיין האבנדיג אין זיך א געמיש פון ריזיגע פעלד שטחים און הערליך שיינע טייך טאלן וועלכע שלענגלען זיך אדורך די בערגלעך. צו מערב פון די פענין שטעין געפינט זיך די לייק דיסטריקט, די שענסטע ערטער אין בריטאניע. אסאך פון בריטענ'ס אינדוסטריעס ליגן אויף די פלאנקען פון די פענין טשעין צוליב די פילע קוילן פעלדער וועלכע זי פארמאגט. ביים אנהויב פון די פענין טשעין אין פעניסולא שטעקן זיך די בערג ארויס ביז טיף אריין אינעם אטלאנטיק אקעאן ווי מען זעט אויף די מאפעס.

סקאטלאנד איז אין דער הויכלאנד זאנע מיט טויזנטער נישט גאר הויכע אבער רונדיגע בערג ארום אין ארום. די העכסטע פונקט דערגרייכט דארט 2,800 פיס (850 מעטער) הויך. די מענטשן וואס וואוינען אויף די בערג זענען פארנומען מיט שאף און רינדער ווייל דאס פלאנצען איז דארט אויפ'ן נידריגסטן שטאפעל. אין צענטער פון סקאטלענד, ווי א לאך אינמיטן פון די ארומיגע בערג, איז סקאטלענד'ס נידריגלאנד זאנע וועלכע איז באמת זייער הויך אבער איז אסאך נידריגער ווי די בערג. דארט געפינט זיך די אורבאן שטעט מיט אלע אינדוסטריס.

צפון אירלאנד באשטייט פון טאלן אויף הויכע בערג. רוב פון צפון אירלאנד איז א טאל וועלכע איז פארמירט געווארן דורך א לאווא פלאטא. אין צענטער פון צפון אירלאנד איז די לאו ניע, די גרעסטע אזערע אין די בריטישע אינזלען מיט 18 מייל אין דער לענג און 11 מייל אין דער ברייט. דער העכסטער ארט אין צפון אירלאנד איז מורן מאונטענס אויף דרום-מזרח, וועלכע דערכרייכט א מאקסימום הויכקייט פון 2,796 פיס (852 מעטער) העכער'ן ים פלאך. צפון אירלאנד איז אינגאנצען אפגעטיילט פון בריטאניע מיט'ן אייריש'ן ים. די נענטסטע וואס זיי קומען זיך צוזאם איז 13 מייל (21 קילאמעטער) ביי די ברעגעס פון טאר אויף צפון אירלאנד'ס זייט און מול אויף סקאטלאנד'ס זייט. וויילז באשטייט פון נאך העכערע בערג דערגרייכנדיג ביז איבער 3,500 פיס (איבער טויזנט מעטער) הויך. אין ענדע דרום וויילז איז שוין די ערד יא נידריג און קען אסאך מאל גערופן ווערן א טייל פון די נידריגלאנד זאנע. די דרום טייל איז געבענטשט מיט קוילן פעלדער וועלכע איז דער הויפט אינדוסטרי פון וויילז.

די נידריגלאנד זאנע

רעדאַקטירן

אין גענעראל באשטיייט די נידריגלאנד זאנע פון גוטע ערד וואס ווערט אנגערופן פלעינס (פשוט'ע ערד), כוואליע'דיגע פלאך און ברייטע שטחים פון כמעט אייניג מיט'ן ים פלאך. עס באקומט אסאך ווייניגער רעגן און מער זון ווי די הויכלאנד זאנע (נאך אלץ אסאך מער רעגן ווי אנדערע לענדער) און די זאמד איז פרוכטפערדיג. רוב שטח פון די נידריגלאנד זאנע איז נישט העכער ווי 500 פיס (150 מעטער) פונעם ים פלאך און אירע בערג דערגרייכן א מאקסימום פון 1,000 פיס (300 מעטער) הויך. די נידריגלאנד זאנע איז געדיכט באוואוינט נאך פון טויזנטער יארן צוריק. דאס גרעסטע טייל פון בריטענ'ס באפעלקערונג וואוינט צינופגעקוועטשט אין די נידריגלאנד זאנע וואס דעקט רוב ענגלאנד. די מעטראפאליס פון לאנדאן און אלע גרויסע באקאנטע ענגלישע שטעט געפינען זיך אין די נידריגלאנד זאנע.

לאנד און אוצרות

רעדאַקטירן

טייכן, אזערעס, און וועלדער

רעדאַקטירן

וויבאלד בריטאניע האט אסאך רעגן פארמאגט זי גאר אסאך טייכן און אזערעס איבערן גאנצן לאנד. די טייכן זענען רושיג א גאנץ יאר האבנדיג שטענדיג פריש וואסער פון רעגן אפילו אין די הייסע זומער טעג. די טייכן וואס פליסן צו מערב ביי די הויכלאנד זאנעס זענען רושיג און טייל מאל ווילד. די טייכן וואס פליסן צו מערב זענען מער שטאטליך און געלאסן און אסאך שענער.

אין אלע יארן האבן די טייכן און אזערעס געדינט דעם מענטשנ'ס אינטערעסן צי פאר קאמערץ צי אינוואזיע.

די צוויי גרעסטע טייכן זענען דער טעמז (215 מײַל, 346 ק"מ) און דער סעווערן (220 מײַל, 354 ק"מ). דער סעווערן פליסט דרום ארויס פון די בערג פון צענטראל וויילז ביז בריסטאל. דער טעמז פליסט אראפ פון די בערג ביז אריין קיין לאנדאן און ארויס אין דעם ענגלישן קאנאל. דער טעמז שטעלט צו וואסער פאר לאנדאן און פלעגט אמאל גענוצט ווערן פאר קאמערציאלע פראכט. דער לענגסטער טייך אין סקאטלאנד איז דער טיי טייך (117 מייל, 188 ק"מ), אין צפון אירלאנד דער באן טייך (76 מייל, 122 ק"מ) און אינגאנצן אין וויילז דער טאווי (75 מייל, 121 ק"מ).

רובא דרובא אזערעס און טייכן אין דעם פאראיינגטן קעניגרייך זענען אינעם העכערן טייל פון לאנד אין סקאטלאנד און אין צפון אירלאנד, הגם די גרעסטע צוויי טייכן געפינען זיך צו דרום. כמעט יעדער וואס וואוינט אויסער דער שטאט פארמאגט זיך א קליינע אזערע הינטער זיין הויז און קיין איינע פון זיי טריקענט נישט אויס ווייל זיי באקומען גענוג רעגן.

די גרעסטע אזערעס אין די לענדער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך זענען:

צוליב די פילע טייכן און אינזלען פארמאגט דאס פאראיינגטע קעניגרייך א שטארק געדרייטע ברעג ליניע וועלכע איז שווער אויסצומאלן. די ברעג ליניע גייט טיילמאל ווי א זיג-זאג פון מיילן. די ארטיגע בארטן גארד האט א שווערע ארבעט צו קאנטראלירן די ברעגעס ספעציעל וואו עס ענדיגט זיך מיט הונדערטער קליינע אינזלען.

ביימער וואקסן גוט און שנעל אין די שווערע זאמד פון ענגלאנד, און פאר א לאנגער צייט האבן די ארימע איינוואוינערס נישט געהאט די נויטיגע געצייג אראפצושניידן די שווערע און דיקע דעמב ביימער. מיט דער צייט האבן די באפעלקערונג געהאלטן אין איין שניידן נאך און נאך ביימער איבעלאזנדיג – היינט צו טאג – קארגע 10.7 פראצענט פון דעם פאראיינגטן קעניגרייך וואס איז נאך באוואקסן.

אין ענגלאנד איז פאראן דאס ווייניגסטע וועלדער מיט קוים 8 פראצענט. אין קאנטראסט צו אייראפע איז דאס גאר ווייניג ווען איייראפע באשטייט נאך היינט פון 25 פראצענט וועלדער. ענגלאנד פראדוצירט אינגאנצן 15 פראצענט פון איר האלץ געברויך. דאס איבריגע ווערט אימפארטירט פון אויסלאנד. די מאנגל אין האלץ און ביימער איז מיט די יארן געווארן וואס אמאל ערגער אז די רעגירונג האט געמוזט איינפירן שטרענגע געזעצן וועגן אפשניידן ביימער. אין גאנץ פאראייניגטע קעניגרייך ברויך מען היינט האבן א פערמיט צו שניידן א בוים אזויווי אין אמעריקע צו פאנגן חיות. ווען א בוים ווערט פארפוילט און פאלט איין טוט די רעגירונג דאס צוריק שטעלן און איז איינע פון אירע וויכטיגסטע ענוויראמענטל פריאריטעטן.

מינעראלן אוצרות און ענערגיע קוועלער

רעדאַקטירן

בריטענ'ס מינעראלן אוצרות זענען געווען היסטאריש וויכטיג, אבער היינט זענען רוב פון די אוצרות אויסגענוצט אדער גאר מינימאל. היינט אימפארטירט בריטאניע אלע מינעראלן פאר היבש ביליגער ווי עס וואלט זיי געקאסט צו פראדוצירן. בעפאר און דורכאויס די צייטן ווען די רוימען האבן געהערשט אויף בריטאניע (באלד צוויי טויזענט יאר צוריק) איז בריטאניע געווען וועלט'ס באקאנט מיט איר רייכקייט אין צינען (געוויסע סארט אייזן) פון וועלכע מען פלעגט דעמאלט מאכן וואפן און צירונג. היינט צו טאג איז קיין איין צין מינעראל מער נישטא ווייל עס איז אויסגענוצט געווארן במשך די יארן.

בריטאניע איז אויך אמאל רייך געווען אין אייזן ארץ. דאס איז געווען קריטיש וויכטיג ביי די צייטן פון די אינדוסטריעל רעוואלוציע, ווייל די אייזן פלעגט געברענגט ווערן צו די קוילן פעלדער וואו מען האט דעוועלעפט צענדליגער ערליי אייזן פאר די טויזנטער נייע פאבריקן. פון די אלע אייזן האט מען דעמאלט אויפגעבויט הונדערטער מיילן פון באן ליניעס פון וועלכע טייל ווערן נאך היינט באנוצט. די שטעט וועלכע האבן געהאט דאס מערסטע אייזן אדער קוילן זענען געווען די רייכע ביזנעס שטעט אין יענע צייטן וואו ביזנעסלייט פון גאנץ אייראפע און אזיע פלעגן קומען צו פארן פאר ביזנעס אנגעלעגנהייטן. היינט צו טאג פראדוצירט בריטאניע קוים עפעס אייזן און ווי אלע אנדערע מינעראלן ווערט דאס אימפארטירט פון אנדערע לענדער.

בריטאניע האט די רייכסטע ענערגיע קוועלער אין דעם אייראפעאישן פאראיין, באקאנט אלס אי.יו., מיט א פלאס פון אויל און נאטורליכע גאז וועלכע זענען א וויכטיגער טייל פאר די בריטישע עקענאמיע. ביז די זיבעציגער יארן האט בריטאניע פראדוצירט ווייניג אויל וועלכע איז געווען ווייט פון גענוג פאר דאס לאנד. אין 969' האט מען געטראפן פילע אוצרות פון אויל אינעם צפון ים אויפ'ן מזרח ברעג פון בריטאניע. אין יאר 975' איז דער פראיעקט געענדיגט געווארן און מען האט אנגעהויבן ארויסגראבן מיליאנען פעסלעך אויל. היינט צו טאג איז בריטאניע די אכט גרעסטע פראדוצירער פון אויל און נאטורליכע גאז. אלע אויל עקספארטס גייען צו אייראפעאישע לענדער. בריטאניע פארמאגט אויך אסאך נוקלעארע ענערגיע איינארדענונגען וועלכע צווינגט איר נישט צו גראבן פאר אזויפיל אויל און קוילן ווי אין דער פארגאנגענהייט. אלעס צוזאמען טוט אירע ענערגיע קוועלער איר געבן 27 פראצענט פון דאס לאנד'ס ענערגיע געברויך. די איבריגע אימפארטירט זי פון אנדערע לענדער.

ענוויראמענטאלע פראגעס

רעדאַקטירן

ענוויראמעטאלע באשיצונג איז א וויכטיגע פראגע אין דעם פאראיינגטן קעניגרייך ווייל ווי שטערקער א לאנד וואקסט אין באפעלקערונג און טעכניש, וואו עס איז דער פאל מיט דאס פאראייניגטע קעניגרייך, ליידט די ענווייראמענט מער און מער. צוגלייכנדיג צו אנדערע אינדוסטריאליזירטע לענדער, האט בריטאניע א גאר גוטער רעקארד אין באשיצן די ענווייראמענט. די באשיצונג ווערט געטאן דורך די ארימערע לאקאלע איינוואוינער און ווערט אנגעפירט דורך די ענווייראמענטל דעפארטמענט. נישט נאר וואס בריטאניע באשיצט איר היים לאנד, טוט זי אויך ארויסהעלפן אנדערע לענדער פון ארום די וועלט מיט אירע אנגייענדיגע שטודיעס וועלכע ווערן געווענליך פארגעלייגט אין די יו-ען וועלכע טוט דאס פרעזענטירן ביי מיטינגען פון גלאבאלע באשיצונג.

נישט אומזיסט איז בריטאניע אזוי פארזיכטיג אין ענווייראמענטל באשיצונג, זייענדיג די ערשטע אינדוסטריאלע לאנד האט זיך איר געמאכט אסאך ענווייראמעטל פראבלעמען וועלכע מען האט קריטיש געמוזט פאררעכטן. איינע פון די ערגסטע ענווייראמענטל פראבלעמען וואס פלאגט נאך היינט בריטאניע איז די לופט פארפעסטיגונג. זעענדיג אז עס קען קומען צו א קאטאסטראפע האט בריטאניע דורכגעפירט אין 955' דער "ריינער לופט אקט" וועלכע האט שטארק געהאלפן רעדוצירן לופט פארפעסטיגונג. דער אקט האט פארלאנגט אלע ביזנעסער און אויטא אייגנטומער צו נוצן בעסערע גאזן און האט געשניטן די קוילן גראבונג מיט צוויי דריטל.

חיות און בהמות

רעדאַקטירן

דאס פאראיינגטע קעניגרייך האט דירעקט ווייניג חיות געשאצט אויף נישט מער ווי 30,000. דאס מערהייט פון זיי זענען קליינע חיות וואס זענען צושפרייט אין ענגלאנד. גרויסע חיות האט זי נאר הערשן, בערן, ווילדע קעץ, און וועלף. די גרויסע חיות דרייען זיך אויף די בערג אין סקאטלענד. איינע פון די סיבות פארוואס עס זענען דא דארט אזוי ווייניג חיות איז צוליב וואס 90 פראצענט פון בריטאניע איז אפגעגאלט פון וועלדער. פייגל און פיש זענען יא דא בשפע און ווערט עקספארטירט צו אנדערע לענדער. די בריטישע האבן ליב צו באטראכטן פייגלעך און זיך שפילן מיט זיי. אין אלע ערטער מאכט מען פייגל פארשטעלונגן פאר די פובליק.

מענשטן און געזעלשאפט

רעדאַקטירן

בריטאניע פארמאגט א כלערליי באפעלקערונג מיט מענטשן וואס האבן פארבינדונגן מיט אלע קאנטינענטן אין די וועלט. די עטניק אפשטאמיגע אין די באפעלקערונג זענען געווען קאמפליצירט ביי אימיגראציע, געמישטע חתונות, און די שטענדיגע ווידער-פלאצירטע איינוואוינער אין די הויך דעוועלאפטע אינדוסטריאלע און טעכנישע סאסייעטי. בריטאניע איז שטענדיג געווען אן ארט פאר אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע. די אימיגראנטן האבן אסאך געהאלפן בויען די בריטישע אימפעריע אין אירע פריערדיגע יארן. עס איז באקאנט אז די ענגלישע שפראך, די צווייט מערסט גערעדטע שפראך אין די וועלט און די איינציגסטע אינטערנאציאנאלע ביזנעס שפראך, איז צוזאמענגעשטעלט געווארן דורך אימיגראנטן פון געוויסע ערטער אין דייטשלאנד וועלכע מען האט גערופן די אנגלעס, סעקסאנס, און דזשוטס. די ענגלישע שפראך איז נאמינירט געווארן אויף די אנגלעס אימיגראנטן. במשך די יארן האבן הונדערטער ערליי ריזיגע גרופעס פון מענטשן באזעצט געוויסע שטחים און זיי ממש איינגענומען. טייל פון די גרופעס זענען מיט דער צייט געווארן א טייל פון לאנד און אנדערע זענען יא צוריקגעגאנגען צו זייערע אפשטאמיגע לענדער, געוואנדן לויט די סיטואציע פון יענער צייט. נאך די ערשטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן א מאסן אימיגראציע קיין בריטאניע. רוב פון די אימיגראנטן האבן זיך באזעצט אין די ביזנעס שטעט זוכנדיג ארבעט. די מערסט באזעצטע שטעט זענען געווען, און זענען נאך היינט, לאנדאן, בירמינגהעם, און ליד. עס איז געשאצט אז 60 פראצענט שווארצע וואוינען אין לאנדאן צוזאמען מיט 41 פראצענט פון די אינדיאנער. בריטאניע האט אין איר רעקארד געהאט אינערליכע גוטע יארן טראץ דעם וואס זי האט אזויפיל אימיגראנטן, וועלכע זענען די וואס מאכן געווענליך ראיאטן. מער ווייניגער זענען די יארן אדורך רואיג און פריינטליך. די עטליכע אינערליכע קאנפליקטן זענען געווען צווישן די ארימסטע פון פאלק און די ארימסטע עטניקס. שפעטער איז געווען א קריג צווישן די פאליציי קראפט און די ארימע עטניקס און צום לעצט א ברענערדיגער קריגעריי צווישן די מיטלקלאס ביזנעס לייט קעגן די אזיע'ן געשעפט פארוואלטער.

דעמאגראפישע שטראם

רעדאַקטירן

בריטאניע'ס וואוקס שטראם איז פארגעקומען צווישן דעם 18טן יאָרהונדערט ביזן 19טן יאָרהונדערט ווען די טויט ראטע איז שטארק געפאלן און די געבורט ראטע איז געבליבן הויך. דורכאויס דער צייט איז די באפעלקערונג געוואקסן פון בערך 6 מיליאן צו 26 מיליאן. אינעם 19טן יאָרהונדערט האט זיך די געבורט ראטע סטאביליזירט און די טויט ראטע איז געבליבן נידריג.

ס'איז אינטרעסאנט אז, אנדערש ווי אין אנדערע לענדער, איז עד היום הזה די פראצענט ראטע פון עלטערע מענטשן פיל העכער ווי די פראצענט ראטע פון די יונגע. דאס איז ווייל אין די לעצטע הונדערט יאר זענען די יונגע עלטער געווארן אבער עס איז שוין נישט געבוירן געווארן אזויפיל נייע קינדער ווי עס איז דער פאל אין רוב מאנדיניזירטע לענדער פון דער וועלט. אויך האט די אימיגראציע קאנטראל אסאך אויסגעמאכט אין דעם חשבון. איבער 20 פראצענט פון פאלק זענען העכער 60 יאר אלט. דאקעגן קנאפע 20 פראצענט זענען אונטער 15 יאר אלט. דאס דורכשניטליכע לעבן פון א מענשט אין בריטאניע איז 75 יאר פאר מענער און 80.8 יאר פאר פרויען.

מען שאצט אז ביז 15-20 יאר וועט זיך די אויבנדערמאנטע פראצענט ראטעס אויסגלייכן און די באפעלקערונג וועט פון דארט און ווייטער וואקסן לאנגזאם.

באפעלקערונג סטאטיסטיק

רעדאַקטירן

דאס פאראייניגטע קעניגרייך האט א באפעלקערונג סטאטיסטיק פון 59,778,002 איינוואוינער לויט א 002' סטאטיסטיק, מיט א דורכשניטליכער געדיכטקייט פון 634 איינוואוינער פער קוואדראט מייל (245 פער קוואדראט קילאמעטער). די באפעלקערונג געדיכטקייט אין דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז איינע פון די העכסטע פון די וועלט, איבערשטייגנדיג רוב אזיע'ן און אייראפעאישע לענדער. ענגלאנד איז דאס מערסט אנגעפילטע טייל און אויך די געדיכסטע טייל פון דאס פאראייניגטע קעניגרייך מיט ארום 983 איינוואוינער פער קוואדראט מייל (380 פער קוואדראט קילאמעטער). סקאטלענד האט 5,119,200 איינוואוינער און א געדיכטקייט ראטע פון 168 איינוואוינער פער קוואדראט מייל (65 פער קוואדראט קילאמעטער). וויילז האט א באפעלקערונג פון 2,937,000 און א געדיכטקייט ראטע פון 366 איינוואוינער פער קוואדראט מייל (141 פער קוואדראט קילאמעטער). צפון אירלאנד האט א באפעלקערונג פון 1,691,800 און א געדיכטקייט ראטע פון 309 איינוואוינער פער קוואדראט מייל (119 פער קוואדראט קילאמעטער).

שפראכן און רעליגיע

רעדאַקטירן

ענגליש איז די אפיציעלע שפראך פון דאס פאראייניגטע קעניגרייך און איז די ערשטע שפראך (מאמע לשון) פון מער ווי רוב פון אירע סיטיזענס. דאס נוצן די שפראך איז איבער-וויכטיג פאר בריטענ'ס קלאס סטרוקטור. טייל געשולטע ענגלישע מענטשן, נישט קיין נפקא מינא אין זייער אפשטאם, שטרעבן זיך צו באפרייען פון גיאנאלע אדער לאקאלע אקצענט כדי אויסצוקוקן ווי געשולטע ענגליש רעדניגע מענטשן. טייל מענטשן געבן אכטונג צו נוצן גיאנאלע אקצענט און סלענג אלס סטאנדארט. פון די אנדערע זייט טוען אסאך לאקאלע פון מזרח לאנדאן און פון צפון ענגלאנד אכטונג געבן צו נוצן זייער אייגענע וועג פון רעדן, האלטנדיג אז עס איז מער א ווארימערע און פריינטליכע וועג פון רעדן ווי סטאנדארט ענגליש. די סקאטישע איינוואוינער האבן זיך אויך זייער וועג פון רעדן און זייער אקצענט איז גוט באקאנט דורך די בי.בי.סי. מידיא פירמע וועלכע פארמאגט נאר סקאטיש אקצענט רעפארטער. ווייטער די איירישע האבן זיך אויך אן אייגענע אקצענט מיט וועלכע זיי שטאלצירן. ארום 80,000 סקאטישע איינוואוינער רעדן נאך היינט קעלטיק סקאטיש (אן אייגענע שפראך). וויילז האט אן אייגענע שפראך אבער אויך דארט רעדט א גרויס חלק ענגליש. טייל סקולס געבן א ביילינגיול (צוויי-שפראכיג) עדזשיוקעישן. אין צפון אירלאנד רעדן רוב איינוואוינער ענגליש און א טייל אייריש. אין די וועלט הייסט עס אז די איירישע אקצענט איז די שענסטע ענגליש. די סלענג אקצענט איז צו לאנגווייליג און צו שארף. די אמעריקאנער ענגליש איז שוין צו פראסט. אייריש ענגליש איז אינדערצווישן, עס איז נישט אזוי סלענגיש און נישט אזוי פראסט. אויך די ניגון פון אייריש ענגליש איז אויסטערליש שיין ווייל עס אטאקירט נישט דעם צווייטן מיט די טענער אזויווי די אמעריקאנער ענגליש וועלכע'ס קשיא ניגון פארט אריין זייער טיף. די פאראייניגטע קעניגרייך גאראנטירט אירע סיטיזענס מיט א פרייהייט פון רעליגיע. דאס לאנד האט טאקע נאכגייער פון אלע רעליגיעס אין די וועלט. רוב בריטישע זענען נישט קיין פולשטענדיגע גלויביגע און האבן נישט קיין שום שייכות צו סיי וועלכע רעליגיע. די איינציגסטע ארט ווי די מענטשן האלטן זיך רעליגיעז איז צפון אירלאנד. מיינסטענס גלויביגע זענען קריסטליכע מיט פארשידענע ערליי נעמען. אראבער פעלט נישט אין בריטאניע. עס וואוינען היינט נאנט צו 2 מיליאן אראבער אין דאס פאראייניגטע קעניגרייך. די אידישע געמיינדע דערגרייכט היינט צו 258,000 מענטשן און איז די צווייט גרעסטע אידישע קאמיוניטי אין מערב אייראפע. (מער וועגן אידן אין דאס פאראייניגטע קעניגרייך אי"ה אין די קומענדיגע וואכן).

לעבנ'ס סטיל

רעדאַקטירן

די בריטישע סאסייאיטי איז פארמערטע מיטל-קלאס מענטשן אין נומער און אין אויסקוק[פֿעלט אַ מקור], און דאס אנהאלטן א הויך סטאנדארטע לעבן איז די העכסטע פריאריטי[פֿעלט אַ מקור]. מאטריאלע פארמעגן, אזויווי פאמיליע היים, אויטאס, אפלייענסעס, און קליידונג איז וויכטיג, און מערערע פאמיליעס נעמען זיך וואקאציעס איבער'ן יאר. דאס וואויל-זיין פון די קינדער ווערט דארט שטארק אבאכטעט און מערערע עלטערן אינוועסטירן זייערע געלטער צו קענען געבן א גוטע עדזשיוקעישן פאר זייערע קינדער.

בריטישע הייזער זענען געבויט מיט ציגל אדער פאלשע קאנקרעט בילדינג מאטריאל ווייל די פייכטקייט פון די קלימאט קען ברענגען די העלצער צו פארפוילט ווערן. צענטראל-הייצונג איז היינט ברייט צושפרייט. אין די פריערדיגע יארן פלעגן רוב נוצן אינדיווידיועלע פייערן און הייצונג דיווייסעס. אין גענעראל זענען בריטישע מענטשן מער טאלעראנט צו פייכטקייט און פרעסטלדיגקייט און ווייניגער טאלעראנט צו היץ פון העכער 80 פארענהייט (26 צעלסיוס) דעגרי. די קליידונג שפיגלט אפ די קלימאט און וואלענע גוטס, ספעציעל טוויד (א דיקע מין וואל), זענען באקאנטע פראדוקטן. בריטישע מענטשן וועלן ענדערש קויפן ווייניגער[פֿעלט אַ מקור] אבער בעסערע קוואליטעט קליידער וואס האלטן לאנג, הגם דאס קען נישט געזאגט ווערן אויף די שנעלע טויש פון די מאדעס פון די יונגע קולטור.

אין עסן האט בריטאניע נישט געהאט קיין גוטע רעפוטאציע. די בריטישע האבן ליב איבער-געקאכטע גרינצייג[פֿעלט אַ מקור] און אומגעזונטע געפרעגלטע עסן[פֿעלט אַ מקור]. היינט איז עס שוין אסאך בעסער ווען מען ברענגט אריין מער אייראפעאישן און אזיאטישן סטיל עסן. די בריטישע זענען נישט קיין קאווע טרונקער נאר וועלן ליבערשט נעמען א טיי און אויסווארטן ווילאנג עס קילט זיך אויס[פֿעלט אַ מקור]. זיי האבן דאך אסאך צייט... די בריטישע מענטשן וועלן אייביג[פֿעלט אַ מקור] באלאנגן צו א געוויסע גרופע מיט וועלכע זיי טיילן זיך פרייד און טרויער. זיי האבן גוטע הערצער[פֿעלט אַ מקור] אבער וועלן ווייניג ארויסווייזן עמאציאנלע געפילן[פֿעלט אַ מקור]. מען[פֿעלט אַ מקור] זאגט אז היינט טוישט זיך דאס שוין.

ס'איז וועלט באקאנט אז די בריטישע זענען געלאסענע מענטשן. דער אמת איז[פֿעלט אַ מקור] אז פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג, וועלכע האבן גאר נאנטע פריינטשאפט מיט די בריטישע, איז זייער געלאסנקייט די מערסטע אויפפאלנד ווייל אין אמעריקע איז פאראן א יאגנדיגע אטמאספערע וואס ווערט נישט געזען[פֿעלט אַ מקור] אין דער גאנצער וועלט. אן אויסלענדישער וועט דאס נישט אזוי שנעל באמערקן[פֿעלט אַ מקור] ווייל ווי אימער יענער וואוינט איז זיין לאנד מער רואיג און געלאסן[פֿעלט אַ מקור] ווי אין אמעריקע.

געזונט קעיר און וועלפעיר

רעדאַקטירן

די בריטישע רעגירונג אדמיניסטירט א ברייטע העלט קעיר און וועלפעיר סיסטעם וועלכע די לעיבר מיניסטעריום האט איינגעשטעלט צווישן די יארן פון 945' און 951'. טראץ וואס די סאציאלע סערוויסעס און העלט קעיר מאכט דארט אויס ארום 49 פראצענט פון די רעגירונג'ס אויסגאבן, דערגרייכט עס נאר 5 פראצענט פונעם דזשי.די.פי. (גראוס דאמעסטיק פראדאקט), אדער אין אנדערע ווערטער, די סך הכל ווערד פון גוטס און סערוויסעס וואס ווערט פראדוצירט אין לאנד במשך א יאר. די העלט קעיר סיסטעם ווערט דארט אנגערופן די "נאציאנאלע העלט סערוויס", אנגעהויבן פון 948' האט עס געגעבן פרייע העלט סערוויס פאר יעדן אייניג, ארים צו רייך, פאר אלעם, אנגעהויבן פון שפיטעלער ביז דענטעל פראבלעמען. במשך די יארן האבן מער און מער מענטשן גענוצט די סערוויסעס און די קאסטן זענען טייערער געווארן ווייל עס זענען כסדר אויפגעקומען נייע קאסטבארע טעכנאלאגיעס און צופיל מענטשן זענען אלט געווארן און האבן געדארפט אנקומען צו מער הילף. זעענדיג אז די קאסטן ווערן צו טייער האט די רעגירונג צוביסלעך אנגעהויבן אראפנעמען עטליכע קלענערע געזונט סערוויסעס ווי אויגן ברילן, דענטיסטן און נאך.

די בריטישע רעגירונג איז אויסטערליש איבערגעגעבן צו אירע בירגער און דערפאר האט זי פון די בעסטע וועלפעיר סיסטעמען אין די וועלט. וועלפעיר איז ווי א פארזיכערונגס מיטל צו יעדן בירגער פון זיין געבורט ביז זיי לעצטן טאג. די סיסטעם ווערט געשטיצט פון די שטייער צאלער און נאך א רייע פראגראמען. א דוגמא וואס טייטש איבערגעגעבנהייט איז געווען אין די מיטעלע 1900ער יארן ווען די רעגירונג האט געזען אז די קאסטן ווערן טייערער און מענטשן קענען זיך נישט שפארן גענוג געלטער צו קויפן הייזער. האט די רעגירונג אנגעהויבן בויען פאבליק הואזינג, ווערט אויך אנגערופן קאונסיל האוזינג, אין וועלכע די סטעיטס האבן אויסגעלייגט א טייל פון די רענט פון די ארימערע מענטשן. שפעטער האט די רעגירונג געגעבן ספעציעלע פראגראמען וויאזוי מען זאל קענען מיט די רענט וואס מען צאלט אפקויפן די הייזער. היינט צו טאג האבן נאנט צו 70 פראצענט בריטישע איינוואוינער זייערע אייגענע אפגעקויפטע הייזער אין פארגלייך צו קוים 50 פראצענט אין 970'. ווייניג מענטשן וואס רעדן זיך היינט אפ אויף די רעגירונג בנוגע האוזינג. דאס איז ווייל די רעגירונג איז זייער פונקטליך און מסודר פאר וועמען צו געבן מער בענעפיטן און פאר וועמען ווייניגער. ווער עס האט א קרוב ערגעץ וואו אין בריטאניע קען יענעם אנפרעגן און הערן זיין צופרידנהייט בנוגע דעם אישו.

מוזייען און ביבליאטעקן

רעדאַקטירן

בריטאניע איז וועלט באקאנט מיט אירע אנגעזעענע ביבליאטעקן און מוזייען וועלכע זענען צום מערסטן קווארטירט אין לאנדאן. ווי דערמאנט האט די בריטישע אימפעריע געוועלטיגט, אדער טייל געוועלטיגט, אויף רוב אייראפעאישע לענדער און אסאך אנדערע לענדער דורכאויס צענדליגער דורות. טאקע דערפאר פארמאגן די בריטישע מוזעאמס אזויפיל שטאף.

דער מערסט באקאנסטער מוזיי איז די בריטישער מוזיי וועלכע געפינט זיך אין הארץ פון לאנדאן. זי פארמאגט פון אנטיק שטיקער נאך פון מצרים ביז טויזנטער היסטארישע דאקומענטן וועלכע זענען ווערט גאר אסאך געלט. אנדערע מוזייען ווי די נאציאנאלע געלארי און נעשאנעל פארטרעיט געלארי האבן פון די גרעסטע קאלעקציעס פון קונץ-ווערק. בכלל איז בריטאניע פיל מיט ווערטפולע קונץ-ווערק שטיקלעך וועלכע אבאלאנגען צו פריוואטע מענטשן. מען שאצט אז די האנדלונג פון קונץ-ווערק אין בריטאניע דורכאויס א יאר איז ווערד עטליכע ביליאן דאלאר. אויך מיט מעדיצינישע קאלעקציע און היסטאריע איז בריטאניע רייך. איבער א פערטעל מיליאן דאקטוירים און מעדיצינישע פארשער באזוכן דעם מוזיי דורכאויס א יאר. דאס רעכנט נישט אריין די הונדעטער טויזנטער ציווילע באזוכער.

דערנאך קומט די נעשאנעל היסטאריע מוזיי וועלכע פארמאגט אינפארמאציע, בילדער, ווידעאס, דאקומענטן, ארטילערי שטיקער, און נאך פיל מער פון אלע בריטישע מלחמות. די היסטאריע מוזיי איז באמת נאר געאייגענט פאר די וואס האבן שוין געליינט און קענען די בריטישע מלחמות היסטאריע. אויב נישט איז עס גענצליך אומפארשטענדליך און צומישט.

פאר טוריסטן איז שטארק באקאנט די מאדאם טוסעאדס וואקס מוזיי וועלכע אנטהאלט די וועלט'ס גרעסטע און בעסטע וועקס דאמיס פון צענדליגער טויטע און לעבעדיגע וועלט'ס אנגעזעענסטע פאליטישע פיגורן און סתם וועלט באוואוסטע מענטשן. בריטאניע האט אויך עטליכע מוזעאמס וועלכע זענען ספעציאליזירט אין געוויסע זאכן, ווי די נעשאנעל רעילוועי מוזיי וועלכע האט א גרויסע זאמלונג פון לאקאמאטיוון נאך פון בעפאר די 900' יארן.

וויסנשאפט און טעכנאלאגיע

רעדאַקטירן

בריטאניע איז געווען א וועלט פירער אין וויסנשאפט און טעכנאלאגיע, און זינט דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז דאס לאנד געווען א פיאנער אין דעם באנוץ פון מאשינעריע. די פראפסיע פון מאדערנער אינזשעניריע איז פאראייניגט געווארן פון דער ארבעט פון די כשרונות פילע מענטשן אין ענדע 1800ער און אנפאנג 1900ער יארן. בריטאניע האט געגעבן מוט און קוראזש פאר אלע לענדער פון דער וועלט בכלל און פאר ערפינדער און וויסנשאפטלער בפרט אנצוגיין מיט די שטודיעס וועלכע האט געברענגט די וועלט צו איר היינטיגע מאדעריניזם. מער ווי 70 בריטישע בירגער זענען באגריסט געווארן מיטן נאבעל פריז אין וויסנשאפט, וועלכע איז די צווייטע מערסטע אין דער וועלט נאך די פאראייניגטע שטאטן.

מאדערענע וויסנשאפט קומט אסאך צו פארדאנקען פאר דעם בריטישן פילאסאף פראנסיס בעקאן וועלכער האט מיט זיינע געדאנקען און בייפאלן געברענגט די גרינדונג פון דער וויסנשאפטלעכער מיטל, די היינטיגע סיסטעם פון וויסנשאפט פארשונג דורך שטודיעס און עקספרימענטן וואס ווערט גענוצט אין אלע פארגעשריטענע לענדער. אן אנדער בריטישער פילאסאף, סיר אייזאק ניוטאן, אן אויסגעצייכנטער פיזיקער און מאטעמאטיקער, איז געווען דער פאקטישער מוח פון דער באנוצונג פון נוקלעאר ענערגיע נאר ער האט נישט מאריך ימים געווען און עס האט געדויערט מער ווי 50 יאר ביז דער קאפ-שטיק אלבערט איינשטיין האט שטודירט נוטאנ'ס דאקומענטן און צוזאמענגעשטעלט דעם פאזל.[פֿעלט אַ מקור] נאך א באקאנטער פיגור אין דער בריטישער וויסנשאפט איז געווען מייקל פאראדיי, וועלכער האט גאר אסאך אויפגעטאן אין דעם פעלד פון כעמיקאלן און אין עלעקטריע, ספעציעל אין עלעקטראמאגנעטישער אינדוקציע (די חכמה פון פראדוצירן עלעקטריע דורך עלעקטראמאגנאטישע כוחות) וואס האט שפעטער געפירט צו דער אויסטרעף פון עלעקטרישע גענעראטארן.

אויך אין דער מעדיצינישער וועלט האבן בריטישע וויסנשאפטלער געשפילט א גרויסע ראלע. באקאנט זענען דזשאסעף ליסטער, וועלכער האט אויסגעפינען די אנטיסעפטיק אפעראציע (א געוויסע שליסל אפעראציע צו פארמיידן עטליכע אינפעקציעס) וועלכע ווערט היינט גענוצט אויף טויזנטער פאציענטן. סור אלעקסאנדער פלעמינג, וועלכער האט אויסגעפינען פעניצילין, די ערשטע פון די אנטיביאטיק מעדיצינישע פאמיליע. דריי אנדערע פיזיקער, ערנעסט ראדערפארד, סור דזשאסעף דזשאן טאמסאן, און דזשאן דאלעס קאקראפט זענען פארצייכנט געווארן אלס איינע פון די 20 בעסטע שטודירער אין אטאמישע פארשונג.

די טעכנאלאגיע פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז נישט געווארן אנטוויקלט דורך וויסנשאפטלער, נאר דורך געלונגענע בעלי מלאכה ווי לאקסמיטס, סטאליער, קאוואלן, וועלכע האבן פיאנירט אינאוואציעס אויף די פריעסטע מאשינען. באקאנט אין דער קאטעגאריע איז געווען זשיימס וואט, וועלכער האט אנטוויקלט פארע קראפט וואס און דעם דאמפמאטאר, וואס איז אין יענע צייטן געווען איינע פון די הויפט קראפטן פאר פאבריק מאשינען. סעמיול קראמפטאן און ריטשארד ארקרייט, וועלכע האבן געברענגט צענדליגע שליסל אינווענטירונגן פאר סחורה מאשינען וועלכע ווערן נאך היינט גענוצט אין אלע סחורה פראדוצירונג פאבריקן. אין טייל טעקסטייל פאבריקן קען מען נאך היינט זען הענגען בילדער פון די צוויי ערפינדער.

בריטישע טעכנאלאגיע האט אויך אויסגעטראפן פילע ראדארן און קראפטיגע מאטארן, די.ען.עי. שפורן, קאלעסטראל, וויטאמין די, פיברע אפטיק קאבלען, און צענדליגער כעמיקאלן וועלכעס נעמען זענען נישט אינטערעסאנט אויסצורעכענען ווייל מיר ווייסן סייווי נישט וואס דאס איז.

טייל בריטישע ערפינדער זענען אויך באקאנט געווארן ווען זיי האבן אויסגעפינען לעזונגן צו זייערע אייגענע פראבלעמען. באוואוסט איז סטעפאן האקינג וועלכער האט אויסגעטראטן די וועג פאר אלע שפעטערע טעראפיסטן פאר טויבע און שטימע. זייענדיג א טויבער און שטימער האט האקינג איינגעלייגט וועלטן צו קענען קאמוניקירן מיט מענטשן און ער האט וואונדערליך מצליח געווען נאכ'ן אויפשטעלן און ספעציליזירן א שטאב מיט דאקטוירים פאר דעם צוועק.

עקאנאמיע

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עקאנאמיע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך


לאנדאן איז א הויפט צענטער פון אינטערנאציאנלן געשעפט און האנדל און איז דער פירער פון די דריי קאמאנדע צענטערס פון דער גלאבאלער עקאנאמיע (צוזאמען מיט ניו יארק און טאקיא).[9] שוין העכער פון פינף און צוואנציג יאר, האט די בריטישע עקאנאמיע זיך געפירט לויט די פרינציפן פון ליבעראליזאציע, דער פרייער מארק, און נידעריגע שטייערן און רעגולירן. גערעכנט לויט די קורסן האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך די פינפטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט,[10] און די צווייטע גרעסטע אין אייראפע (נאך דייטשלאנד).

די אינדוסטריעלע רעוואלוציע האט אנגעהויבן אין ענגלאנד, צוערשט אין די שווערע אינדוסטריען למשל בויען שיפן, גרעבן קוילן, פראדוקציע פון שטאל, און טעקסטיל. די בריטישע אימפעריע האט געשאפן אן אויסלענדישן מארק פאר בריטישע פראדוקטן, וועגן דעם האט דאס פאראייניגטע קעניגרייך באהערשט אינטערנאציאנאלן מסחר אין דעם 19טן יארהונדערט.





 
נייער באנק פון ענגלאנד £20 באנקנאט.

די וואלוטע איז דער פונט שטערלינג, וואס ווערט באצייכנט מיטן סימבאל £. דער באנק פון ענגלאנד איז דער צענטראלבאנק וואס גיט ארויס די וואלוטע. בענק אין שאטלאנד און צפון אירלאנד האבן די רעכט ארויסצוגעבן פאפיר געלט, ס'מוז אבער זיין געדעקט מיט פאפיר פונעם באנק פון ענגלאנד. דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז נישט קיין מיטגליד פון דער איירא.

רעגירונג

רעדאַקטירן

דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז א פארלימענטרי מאנארכיע. דאס טייטש, דער פירער פון שטאט איז א מאנארך (קעניג) מיט באגרעניצטע קראפטן. בריטענס דעמאקראטישע רעגירונג איז באזעצט אויף א קאנסטיטוציע וואס איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון פילע דאקומענטן און געזעצן וואס זענען אויפגעצויגן געווארן במשך די יארן. די פארלימענט, וועלכע איז די לעגיסלאטור, באשטייט פון די הויז אף לארדס (העכערע הויז אין די פארלימענט וועלכע ווערן נישט ערוועלט דורך סתם וויילער), און הויז אף קאמאנס (נידעריגערע טייל אין פארלימענט וועלכע איז צאזאמענגעשטעלט פון צענדליגער פארלימענט מעמבערס וועלכע האבן מער קראפט ווי די קאנגרעס לייט ביי אונז אין אמעריקע. די הויז אף קאמאנס איז די עצם רעגירונג אין דעם פארלימענטרי סיסטעם, דאס טייטש אז די עקזעקיוטיוו איז נישט אפגעטיילט פון די לעגיסלאטור. די עקזעקיוטיוון, אריינגערעכנט דער טשיף עקזעקיוטיוו (דער פרעמיער מיניסטער) זענען אלע מיטגלידער אין די הויז אף קאמאנס. יעדער עקזעקיוטיוו איז א מיניסטער פאר א געוויסע אפטיילונג ווי למשל געזונטהייט, עדזשיוקעישן, דעפענס, א.א.וו. די בריטישע קאנסטיטוציע איז בעיקר געבויט אויף צוויי געשריבענע קאנסטיטוציע דאקומענטן. די ערשטע דאקומענט איז פון יאר 215' וועלכע איז געשריבן געווארן דורך דעם דעמאלטסדיגן קעניג דזשאן. די צווייטע העלפט איז צוגעקומען אין יאר 628' און איז געווארן צוזאמענגעשטעלט דורך די פארלימענט. בריטענ'ס קאנסטיטוציע ערלויבט צו טוישן אדער צולייגן געזעצן אויב דאס ווערט באשטעטיגט מיט א מערהייט אין הויז אף קאמאנס און ווערט געזיגלט דורכ'ן קעניג אדער קעניגן. אזויווי אנדערע לענדער קומען כסדר צו נייע געזעצן און פארגרעסערן די קאנסטיטוציע.

די מאנארכיע

רעדאַקטירן

די בריטישע מאנארכיע שטייט אויף די אנגייענדיגקייט פון בריטיש היסטאריע, צוריקגייענדיג ביז די ענגלא-סעקסאן פון וועלכע מיר האבן שוין בארירט אין די פארגאנגענע וואכן. במשך די יארן איז זי געווארן א פיגור הויפט פון א לאנד. אין טעאריע האט די רעגירונג אסאך קראפט אבער אין רעאליטעט איז עס אסאך ווייניגער. די קראפט איז באגרעניצט און די קעניג אדער קעניגן מוז נאכגיין די פירערשאפט און עצות פון די פארלימענט מיניסטארן. די מאנארכיע איז א פאזיציע פאר א מיטגלידער פון די ראיעל פאמיליע אבער קען ערזעצט ווערן דורך די פארלימענט ווי עס האט שוין איינמאל פאסירט אין יאר 701' ווען קעניג סטוארד איז געשטארבן און עס איז נישט געווען ווער עס איבערנעמען דעם טראן.

דער טראן ווערט, לויט'ן געזעץ, איבערגעגעבן צום עלטסטן זון ווען זיין טאטע שטארבט. אויב עס איז נישט פאראן קיין זון דאן נעמט איבער די עלטסטע טאכטער, ווי עס איז געווען דער פאל מיט דער קעניגן עליזאבעט די צווייטע אין יאר 952' ווען איר טאטע (געארג דער זעקסטער) איז געשטארבן אן איבערלאזן קיין זון. אין אזא פאל האט איר מאן (פרינץ פיליפ) גארנישט קיין פריווילעגיעס נאר א טיטל. דער קומענדיגער אויף די רייע איבערצונעמען דעם טראן איז איר עלטסטע זון טשארלס. אין 2015 האט מען געענדערט דעם געזעץ אז דאס עלצטע קינד ירשנעם דעם טראן, סיי א זון סיי א טאכטער.

אלס די אפיציעלע "ראש מלוכה" טוט די מאנארכיע אויסקלויבן די מיניסטארן פאר אלע אפטיילונגען. ספעציעל האט זי די מאכט אין די מיליטערישע ראנגען און יוסטיץ סיסטעם. אבער אין פאקט שטודירט די פארלימענט ווען מען זאל נוצן מיליטערישע קראפט און וויפיל און די מאנארכיע דארף עס נאר באשטעטיגן. די ריכטיגע ארבעט וואס ווערט געטאן דורך די מאנארכיע איז דאס אונטערשרייבן דאקומענטן, שטודירן די ביכער ווען זי וויל, און זיך אפגעבן מיט די אישוס וואס איז נוגע די לעבנס צופרידענהייט פון די בריטישע בירגער. וויבאלד בריטאניע איז א דעמאקראטיע קען די מאנארכיע אויפגעזאגט ווערן אויב די מערהייט פון פארלימענט באשליסט אזוי. למעשה רעספעקטירט יעדער די בריטישע מאנארכיע אפילו אויסערן לאנד. עס איז דא א קליינע גרופע אין סקאטלאנד וואס זענען דערקעגן די מאנארכיע און ווילן ליבערשט א רעפובליק רעגירונג (רוב רעגירונגען אין דער היינטיגער וועלט זענען רעפובליק רעגירונגן. מיר וועלן דאס אפטייטשן ביי א צווייטע געלעגנהייט) אבער מען גיט זיי דערווייל נישט קיין שאנסן.

די עקזעקיוטיוו, קאבינעט, און פארלאמענט

רעדאַקטירן

דער הויפט עקזעקיוטיוו פון דעם פארלאמענט איז דער פרעמיער מיניסטער. ער איז דער פירער פון דער פארטיי וועלכער האלט די מערסטע זיצן אין די הויז אף קאמאנס. די מאנארכיע איז אנוועזנד ווען מען שווערט איין א נייע פרעמיער מיניסטער וועלכער איז ערוועלט געווארן. דער פרמיער מיניסטער נעמט זיך דאן אליינס אויף א צאל קאבינעט מיניסטארן און שטעלט זיי צו געוויסע פאזיציעס וואס מאכט זיי א טייל פון די עקזעקיטיוו. די קאבינעט, וועלכע באשטייט פון 20 מיניסטארן, איז פאראנטווארטליכט פאר אלע געשעענישן און די טעגליכע פירערשאפט פון די רעגירונג. יעדער קאבינעט מיניסטאר האט איין פאזיציע וועלכע ער מוז פארטיידיגן אויב אנדערע פארלימענט מיטגלידער זענען דערקעגן און האבן פראגעס. די קאבינעט קען אויך אין אן עמוירדזשענסי פאל דורכפירן א געזעץ אדער ארויסגיין אין א קריג אן די צושטימונג פון די הויז אף קאמאנס. בריטאניע האט אין צוגאב א גרויסע קאונסיל וועלכע ווערט אנגערופן די פריווי קאונסיל וועלכע פארמאגט 450 מיטגלידער. די פריווי קאונסיל האט איבערגענומען די ראיעל קאונסיל וועלכע האט עקזיסטירט אין די מיטעלע יארן (16-17 יאָרהונדערט). די קאונסיל עצה'ט דעם מאנארך און באהאנדלט דאקומענטן. די פריווי קאונסיל האט אין זיך אסאך קליינע קאמיטעס וועלכע געבן זיך אפ, יעדע באזונדער, מיט א געוויסע אישו, ווי שטיצן די דעפענדענט אינזלען, ארויסהעלפן אוניווערסיטיס, און האלטן קאנטראל אויף דאס העכסטע געריכט.

די פארלימענט איז צוטיילט צו צוויי הייזער: די הויז אף קאמאנס און די הויז אף לארדס. די הויז פון קאמאנס האט די ריכטיגע מאכט דורכצופירן בילס, שניידן אדער הייבן שטייערן, און קאנטראלירט בריטענ'ס פאליטיק אין די וועלט. די מיטגלידער אין די הויז אף קאמאנס ווערן ערוויילט יעדע פינף יאר דורך דאס פאלק. עס זענען דא ארום 650 מיטגלידער אין די הויז פון קאמאנס און יעדער מיטגלידער רעפרעזענטירט א וויילערשאפט, וואס קען זיין א געוויסע שטאט אדער א שטח וואס נעמט איין אסאך דערפער. ווי גרעסער די שטאט איז אלס מער מיטגלידער האט זי אין הויז אף קאמאנס. דאס קומט אויס אז פאר יעדע 60,000 מענטשן איז דא א רעפרעזענטעטיוו אין הויז אף קאמאנס. יעדע 8 ביז 12 יאר בעארבעט מען איבער די הויז אף קאמאנס צו זען וואו עס איז זענען צוגעקומען מענטשן און מען לייגט צו נייע מיטגלידער. די הויז אף לארדס האט היינט נישט קיין שום מאכט נאר טוט בעיקר דעבאטירן און איבערשמועסן דאס וואס די הויז אף קאמאנס איז דעמאלט פארנומען. די הויז אף לארד קען פארלייגן א ביל אבער האט נישט קיין מאכט דאס אדורכצופירן. מיט פריער ווי הונדערט יאר צוריק האט אויך די הויז פון לארדן געהאט די זעלבע מאכט ווי די הויז אף קאמאנס. אבער עס האט נישט געטויגט ווייל עס איז זייער שווער אנגעקומען זיך אדורכצוקומען מיט יעדע קלייניקייט.

אין בריטאניע איז נישט פאראן קיין קאנסטיטוציאנאלע אפטיילונג פון מאכט צווישן די צענטראלע און לאקאלע רעגירונג ווי אין די פאראייניגטע שטאטן (אין אמעריקע ברויך יעדע לאקאלע רעגירונג צושטעלן דאס געלט אויפצוהאלטן אלע שטאטישע דעפארטמענטס און האט די פולע מאכט אויף יעדע דעפארטמענט) . אין בריטאניע ווערן זיי אנגערופן קאונסילס אדער אויטאריטיס און זענען נאר פאראנטווארטליכט פאר די פייער און פאליציי דעפארטמענטס, שאסייען און פארקער, באהויזונג און בויען רעגולאציעס, ענווייראמענט און שולעס.

פאר וואלן צום הויז פון קאמאנס זענען יעצט 650 וויילערשאפטן. אין די 2010 אלגעמיינע וואלן האבן די קאנסערוואטיוון געווינען 306 מאנדאטן, לייבער 258 און די ליבעראלע דעמאקראטן 57. די אנדערע מאנדאטן האבן די קליינע פארטייען, אחוץ איינס וואו מ'האט נאך נישט געוויילט (מיי 2010).

די יוסטיץ סיסטעם וואס מיר זעען היינט אין די דעמאקראטישע לענדער איז נאכגעמאכט בריטאניע וועלכע האט אראפגעשטעלט די יושר'דיגע יסודות פאר א דעמאקראטישע יוסטיץ סיסטעם וועלכע גיט די רעכט פאר א ריכטער צו פסק'נען, אדורכפירן א פרישע געזעץ, די פארטיידיגונג און פראקורירן (באקאנט אלס פראסיקיושן און דעפענס), און צום וויכטיגסטן די השערה אז יעדער מענטש איז אומשולדיג אזוי לאנג ביז ער ווערט נישט אויפגעוויזן שולדיג ("אינאסינט אנטיל פראווען גילטי"). די יוסטיץ סיסטעם אין בריטאניע וואס פראטיקירט געזעץ איז צוטיילט צו סאליסיטארן (די טשיף אפיציר פאר אלע לעגאלע מאטעריעס אין א שטאט, דערפל, אדער רעגיורנג אפטיילונג) און באריסטארן (אן אדוואקאט וועלכער רעפרעזענטירט א קליענט און די העכערע געריכטן). סאליסיטארן שטודירן און בעארבעטן געזעץ און די באריסטארן טראגן אריין די באשולדיגונגן אדער געזעצן פארשלאגעס אין געריכט. פארשטייט זיך אז די אויסשטעל פון דעם געריכט האט גענומען יארן און האט זיך געבויט אויף לעקציעס. יעדעס דורכפאל אדער פראבלעם האט געפירט צו א טויש אין די יוסטיץ סיסטעם. היינט איז די סיסטעם שוין סטאביל און ווערט מער נישט געטוישט.

פאליטישע פארטייען

רעדאַקטירן

די ערשטע צוויי קעגנזייטיגע פארטייען אין בריטאניע זענען געווען די "וויג" און די "טארי" וועלכע זענען ביידע געגרינדעט געווארן אין אנפאנג 17טן יאָרהונדערט. די וויגס זענען געווען שטארקע שטיצער פון די מאנארכיע און רעגירונג און די טאריס זענען געווען דערקעגן. די וויג פארטיי האט זיך שפעטער פאראייניגט מיט עטליכע אנדערע פארטייען און זיך אנגעהויבן רופן די ליבעראלע פארטיי. די טארי פארטיי האט זיך געטוישט איר נאמען צו דער קאנסערוואטיוו פארטיי. אין די לעצטע הונדערט יאר איז אריינגעקומען די לייבאר פארטיי וועלכע האט זיך ארויפגעארבעט צו ווערן די אפאזיציע פון דער קאנסערוואטיוו פארטיי. די ליבעראל פארטיי האט זיך דאן געטוישט איר נאמען צו ליבעראל דעמאקראט פארטיי און איז געווארן די דריטע גרעסטע פארטיי אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך.

די גוטע עקענאמיע אין בריטאניע קומט זיך צו פארדאנקען די לייבאר פארטיי וועלכע האט געשוויצט אין די ערשטע יארן נאך די צווייטע וועלט קריג ברענגענדיג צענדליגער פראגראמען פאר ביזנעסער און איינוואוינער מיט וועלכע בריטאניע איז שטאלץ.

אין 1997 האט די לייבאר פארטיי געווינען די וואלן מיט א לאנדסלייד, נעמענדיג 418 פון די 659 זיצן אין פארלאמענט. אין די לעצטע נאציאנאל וואלן (יוני 2001') האט די לייבאר פארטיי (מיט טאני בלער אלס פרעמיער מיניסטער) אנגעהאלטן איר שטארקייט מיט 413 זיצן.

אין בריטאניע ווערט א קאנדידאט ערוועלט אויב ער האט באקומען די מערסטע שטימען, אפילו אויב ער האט נישט באקומען 50 פראצענט פון די שטימען (ווי עס איז דער פאל אין טייל אנדערע לענדער).

לאקאלע רעגירונג

רעדאַקטירן

די פיר לענדער אינעם פאראייניגטן קעניגרייך האבן יעדע איינע זיין אייגענע סיסטעם פון לאקאלער רעגירונג.

אין ענגלאנד, טייל פון לאנד האט קאנט ראטן און דיסטריקט ראטן, אן אנדער טייל האט אוניטארישע ראטן, און לאנדאן האט די לאנדאנער פארזאמלונג צוזאמען מיט 32 לאנדאנער באראס און די סיטי פון לאנדאן.

אין סקאטלאנד זענען 32 ראט געגנט מיט א גרויסער וואריאציע אין שטח און באפעלקערונג. די שטעט עדינבורג, גלאזגא, אבערדין און דאנדי זענען באזונדער ראט געגנטן.

פארטיידיגונג

רעדאַקטירן

מיט הונדערט יאר צוריק האט בריטאניע געהאט די שטערקסטע מיליטערישע קראפט אין די וועלט, ספעציעל אויפ'ן וואסער. איר שטארקע מיליטער האט איר געהאלפן אכט געבן אויף איר פארברייטערע אימפעריע. היינט איז זי מער נישט קיין אויסערגעווענליכע מיליטער, ספעציעל זינט די ענדע פון די קאלטע קריג. פארט איז בריטאניע היינט איינע פון די געציילטע לענדער וואס פארמאגן אפיציעל נוקלעארע וואפן. איר ארמיי, נעיווי, און עיר-פארס זענען טאקע ווייניגער אין צאל ווי אמאל אבער זענען גאר גוט טרענירט. זיי זענען פארנטווארטלעך צו היטן בריטאניע מיט אירע ארומיגע טעריטאריעס. דער פרעמיער מיניסטער איז פאראנטווארטלעך אויף די פארטיידיגונג פאליסי און ארבעט צוזאמען מיט די פילע קאבינעט, סעקרעטאר פון שטאַט פאר פארטיידיגונג, און די קאבינעט'ס פארטיידיגונג און איבער-וואסער פאליסי קאמיטעס. בריטאניע טוט אויך באשטייערן טרופן צו די יונייטעד נעשאנס אפעראציעס און האט שוין צוגעשטעלט מיליטער מערערע מאל. ווי אין באסניע, ציפערן, קואווייט און אנגאלא. בריטישע מיליטערישע אינסטרוקטארס זענען אקטיוו אין די גאנצע וועלט און טויזנטער מיליטערישע סטודענטן קומען קיין בריטאניע פאר מיליטערישע לעקציעס. בריטאניע האט נאך היינט גאריזאנס (גרופעס פון טרופן פאר עמטליכע ארדענונג אין פרעמדע לענדער) און אסאך טרענירונג גרופעס וועלכע טרענירן זיך אין געוויסע לענדער. די בריטישע מיליטער האט אמאל גענוצט איר מאכט אין צפון אירלאנד ארויסצוהעלפן די ארטיגע פאליציי וועלכע רופט זיך די ראיעל אלסטער קאנסטאבולארי. בריטאניע האט אויך ברייט אנטייל גענומען אין די אליאירטע קריג און שפעטערדיגע סאנקציעס קעגן איראק אינעם פערסישן גאלף. אויך אין די איצטיגע קריג קעגן טעראריזם איז זי שטארק טעטיג צווייט נאך די פאראייניגטע שטאטן. בריטענ'ס פארטיידיגונגס בודזשעט האט די יאר באטראפן 23 ביליאן שטערלינג פונט. פון דעם געלט באקומט דער קעניגלעכער פלאט 1.8 ביליאן פונט, די ארמיי באקומט 5.6 ביליאן פונט, דער קעניגלעכער לופטפלאט 2.6 ביליאן פונט. דאס איבריגע גייט פאר פארשונג און פאר די פארטיידיקונגס מיניסטעריום.

דער קעניגלעכער פלאט

רעדאַקטירן

דער קעניגלעכער פלאט האט געשפילט א וויכטיגע טייל אין דער בריטישער היסטאריע און איז שוין אין קראפט באלד 1,300 יאר פון ווען דער קעניג אלפרעד דער גוטער (אזוי האט מען אים גערופן) האט איר פארגעשטעלט צו באשיצן די בריטישע אימפעריע קעגן די דענער (מענטשן פון דענמארק). מיט 500 יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע קעניגלעכער פלאט (Royal Navy) וועלכע איז געווארן דער שטערקסטער פלאט אין דער וועלט ביז אמעריקע האט איר איבערגעשטיגן נאך דער צווייטע וועלט קריג. דער דעמאלטסדיגער קעניג הענרי דער זיבעטער האט אינוועסטירט אסאך געלט און אויפגעבויט דעם ערשטן ים־פלאט וועלכע האט אנגעהויבן פאטראלירן די וואסערן ווייטער פון די ארומיגע בריטישע אינזלען.

דער קעניגלעכער פלאט איז היינט שטארק פארנומען צו היטן אירע ברעגעס און ארויסהעלפן נאטא'ס אפעראציעס אינעם ענגלישן קאנאל און אינעם פערסישן איינגאס. דער קעניגלעכער פלאט פארמאגט אויך עטליכע סובמארין פלאטעס, אריינגערעכנט נוקלעארע. אחוץ אלע שיפן און סובמארינען פארמאגט זי אן פוסגייער ארמיי, באקאנט אלס די קעניגלעכע מארינען.

די בריטישע ארמיי

רעדאַקטירן

די ערשטע אפיציעלע בריטישע ארמיי איז אויפגעשטעלט געווארן פאר בערך דריי הונדערט יאר צוריק מיט עטליכע צענדליג טויזנטער סאלדאטן. היינט באשטייט די ארמיי פון אלע ערליי טרופן ווי: אינפאנטרי (פוס גייענדיגע טרופן), קאוואלרי (אמאל געווען די טרופן וואס האבן געריטן אויף פערד. היינט זענען זיי אין טאנקן אדער אנדערע באשוצטע טראקס), און עיר קארפס (די וואס דרייוון די העליקאפטערס). בריטאניע פארמאגט אויך א שיינע צאל פון ספעציעלע כוחות וועלכע קומען גוט צוניץ אין אפגאניסטאן אין די אנגייענדיגע קריג קעגן טעראריזם. אין די ארמיי איז פאראן עטליכע קליינע שטיצע גרופעס וואס זענען א טייל פון די ארמיי אבער זענען פארט נישט קייין סאלדאטן. דאס רעכנט אריין די ראיעל ארטילערי, די ראיעל ענדזשינירס, די ראיעל סיגנעלס (זענען געשטעלט פאר קאמיוניקאציע), די ראיעל אינטעליגענץ קארפס, די טעריטאריעל ארמיי (אויך באקאנט אלס די מיליטע אדער וואלונטיר פארס. ענליך צו די נעשאנעל גארד אין אמעריקע.

דער קעניגלעכער לופטפלאט

רעדאַקטירן

דער קעניגלעכער לופטפלאט (אר.עי.עף.) איז געגרינדעט געווארן אין 1912 און האט דעמאלט געהייסן די ראיעל פלייאינג קארפס. אין 1918 האט זי זיך געטוישט איר נאמען צו דער קעניגלעכער לופטפלאט נאכדעם וואס זי האט זיך פאראייניגט מיט די ראיעל נעוועל עיר סערוויס. אין אלגעמיין האט דער קעניגלעכער לופטפלאט נישט געהייסן די בעסטע אבער זי האט זיך באקאנט געמאכט נאכדעם וואס זי האט באזיגט די דייטשן ימ"ש אין די קריג פון בריטאניע (940'). א דאנק יענע געלונגענע אקציעס האט די בריטישע ארמיי געקענט צוריקהאלטן נאצי-דייטשלאנד פון איר אינוואדירן. שפעטער האט דער קעניגלעכער לופטפלאט אנטייל גענומען אין די אליאירטע קאאליציע קעגן דייטשלאנד, נוצנדיג רוב פון איר עיר פארס פלאטע.

דער קעניגלעכער לופטפלאט פארמאגט היינט 40 סקוואדראנס (א צונאמען פאר עיר פארס יוניטס. צוויי אדער מער יוניטס פון א געוויסע סארט פליגער ווערט אנגערופן א סקוואדראן). דער קעניגלעכער לופטפלאט האט גרייט 100 פליגער און 40 העליקאפטערס צו יעדע צייט פאר נאטא'ס אפעראציעס.

היסטאריע פון יידן אינעם פאראייניגטן קעניגרייך

רעדאַקטירן

בריטאניעס ערשטע יידן זענען געקומען פון צפון פראנקרייך אזוי פרי ווי אין 006' נאכדעם וואס פראנקרייך האט אונטערגענומען עטליכע נייע האנדל פאליסיס און האט געשטופט א סך רייכע ביזנעס לייט, צווישן דעם צענדליגער יידן, זיי זאלן זיך אריבערציען קיין ענגלאנד צו אויסברייטערן זייערע ביזנעסער און אזוי ארום פארברייטערן דאס האנדל צווישן ענגלאנד און פראנקרייך. דאס ביסל יידן האבן זיך נישט שטארק געמערט און האבן געהאט שוועריקייטן מיט זייערע שכנים וועלכע האבן זיי נישט געוואלט אנארקענען און האבן זיי אויסגעטיילט נישט ווייניג צרות. אין משך פון צוויי הונדערט יאר איז די יידישע באפעלקערונג געוואקסן צו נישט מער ווי 4,000. מערערע אומפארצייכנטע בלוט בלבולים זענען ארויפגעלייגט געווארן אויף די יידישע איינוואוינער ביז אין 290' ווען דער דעמאלטדיגער קעניג עדווערד דער ערשטער האט זיך געלאזט איבעררעדן און פארטריבן די גאנצע יידישע באפעלקערונג.

פאר א לאנגער צייט ווייסט מען נישט פון קיין שום ייד וואס האט געוואוינט אין בריטאניע ביז פאר בערך דריי הונדערט יאר צוריק ווען מאסן יידישע פאמיליעס האבן זיך אריבערגעצויגן קיין בריטאניע פון פראנקרייך, שפאניע, און פארטוגאל. די יידן האבן אין אנפאנג געהאט היבש שווערע צייטן ביז די צייטן פון די אינערליכע געפעכטן צווישן די מאנארכיע און די פארלאמענט האט אויפגעפלאמט צו א קריג און די פארלאמענט האט איבערגענומען דאס פירערשאפט מיט אליווער קראמוועל אלס פרעמיער מיניסטער. קראמוועל האט געגעבן די יידישע געמיינדע אפיציעלע אנארקענונג און אלע רעכטן.

די ערשטע יידישע קהלות אין בריטאניע זענען געווען ספרדים וועלכע זענען געקומען פון האלאנד. אביסל אשכנזים זענען אויך געקומען פון דייטשלאנד אבער זענען געווען קלענערע גרופעס. אינעם 18טן יאָרהונדערט האבן אנגעהויבן שטראמען אשכנז'ישע יידן פון גאנץ אייראפע. די אשכנזים און ספרדים האבן אין יענע יארן צוזאמען אויפגעשטעלט אן אפיציעלע אידישע באורד אין די רעגירונג וועלכע האט זיך גערופן די "באורד אף דעפיוטיס אף בריטיש דזשאוס". דער ערשטער יידישער פאליטישן אין בריטאניע איז געווען ליאנעל דע ראטשילד וועלכער האט געוואונען א זיץ אין די הויז אף קאמאנס נאכדעם וואס ער האט א סך צוגעהאלפן צו די אינדוסטריעלער אנטוויקלונג.

די גרעסטע יידישע אימיגראציע קיין בריטאניע איז געווען צווישן די יארן פון 881' און 914'. מען שאצט אז די יידישע באפעלקערונג איז געשטיגן אין די עטלעכע יאר פון 65,000 צו 300,000. אלע יידישע אימיגראנטן האבן געפינען היימען אין די אינערליכע שטעט ווי גלאזגא, לידז, ליווערפול, מאנטשעסטער און לאנדאן. דאס גרינדונג פון ציוניזם האט אין די צייטן בעפאר דער וועלט קריג געברענגט נאך טויזנטער יידן קיין בריטאניע פון ווי מען האט פלאנירט און עווענטועל זיך אויפגעשטעלט די יידישע מדינה.

עס וואוינען היינט צו טאג אין בריטאניע א געשאצטע 300,000 יידן פון דעם א שיינע צאל שמרי תורה ומצוות. די יידן וואוינען אין די גרויסע שטעט אין ענגלאנד אבער ווייניג אין סקאטלאנד, וויילס, און צפון אירלאנד. עס זענען אויך פאראן יידן אויף די ארומיקע בריטישע אינדזלען, רוב פון זיי אויף די טשאנעל אינדזלען.

רעפֿערענצן

רעדאַקטירן
  1. קעניגין וויקטאריע האט געוועלטיקט אויף דער בריטישער אימפעריע אין אירע בעסטע יארן פון 1837 ביז 1901. איר הערשפאט איז געווען די לענגסטע פון יעדער מאנארכיע אין דער בריטישער געשיכטע ביז איר צייט (די היינטיקע קעניגין עליזאבעט די צווייטע קעניגט שוין לענגער ווי וויקטאריע) און איז באצייכנט געווארן אלס די וויקטאריאנישע תקופה
  2. Census Geography. Office for National Statistics (‏‏30סטן אקטאבער 2007). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏4טן יוני 2011. דערגרייכט דעם ‏14טן אפריל 2012.
  3. a b c 2011 Census: Population Estimates for the United Kingdom. Office for National Statistics (‏‏27סטן מערץ 2011). דערגרייכט דעם ‏18טן דעצעמבער 2012.
  4. a b Annual Mid-year Population Estimates, 2010. Office for National Statistics (2011). דערגרייכט דעם ‏14 אפריל 2012.
  5. a b 2011 UK censuses. Office for National Statistics. דערגרייכט דעם ‏18 דעצעמבער 2012.
  6. מוסטער:Cite press release
  7. Khan, Urmee (‏‏16טן סעפטעמבער 2008). "England is most crowded country in Europe". דערגרייכט דעם ‏5טן סעפטעמבער 2009.  מוסטער:Subscription required
  8. Scotland's population at record high (‏17 דעצעמבער 2012). דערגרייכט דעם ‏18טן דעצעמבער 2012.
  9. Sassen, Saskia (2001). The Global City: New York, London, Tokyo, 2nd edition, Princeton University Press. ISBN 0-691-07063-6. 
  10. Report for Selected Countries and Subjects. International Monetary Fund (‏2005). דערגרייכט דעם 2006-05-15.