מאדאם טוסא

וואקס־מוזיי אין לאנדאן

מאדאם טוסא (ענגליש: Madame Tussauds) איז א נעץ פון מוזייען פון וואקס־מאדעלן גערופן אויפן נאמען פון מארי טוסא. דער הויפט צווייג פונעם נעץ געפינט זיך אין לאנדאןענגלאנד. די מוזייען שטעלן פאר היסטארישע פערזענלעכקייטן און אנדערע פערזענלעכטן וואס זענען בארימט אין נארוועלכן געביט (פאליטיקער, שוישפילער אד״ג), מיטן ציל פון מוסטערן וויאזוי זיי האבן אויסגעזען און וואס האבן זיי געטון, מיטן הילף פון די וואקס מאדעלן.

מאַדאַם טוסא
Madame Tussauds
אינפארמאציע
טיפ וואקס־מאדעלן מוזיי
אויפגעשטעלט 1835
http://www.madametussauds.com/
(למפת צענטראל לאנדאן רגילה)
 
מאדאם טוסא
מאדאם טוסא
לאקאציע פון מאדאם טוסא אין צענטראל לאנדאן
וואקס מוזיי פון מאדאם טוסא אויף מארלעבאן ראד אין לאנדאן, און לעבן אים - דער לאנדאנער פלאנעטאריום
וואקס טעקל פון מארי טוסא, גרינדער פונעם מוזיי - אין דעם אריינגאנג צום  אויסשטעלונג זאל אין דעם מוזיי אין לאנדאן

היסטאריע רעדאַקטירן

מארי טוסא האט געשאפן איר ערשטן וואקס סקולפטור, א מאדעל פון וואלטער, אין 1777. דער סקולפטור האט שטארק געלונגען און צוליב דעם האבן נאך בארימטע מענטשן געבעטן פון איר אז זי זאל מאכן מאדעלן פון זיי אויך, צווישן זיי בענדזשאמין פרענקלין און זשאן-זשאק רוסא.

אין 1792 איז מארי טוסא אריבער קיין ענגלאנד מיט איר זאמלונג פון וואקס מאדעלן. אין 1835 האט זי געעפנט א מוזיי אין בעקער סטריט און אין 1884 איז דער מוזיי אריבער צו זיין היינטיגער געביידער אויף מארלעבאן ראד אין לאנדאן.

צווייגן פונעם מוזיי רעדאַקטירן

דער מוזיי האט נאך צווייגן אין פארשידענע טוריסטן שטעט, ווי אמסטערדאםבערליןבאנגקאקהאנג קאנגפאריזוואשינגטאןלאס וועגאסווין אוון ניו יארק. די מאדעלן זענען נישט גלייך אין אלע מוזייען; אין יעדן ארט קען מען טרעפן מאדעלן צוגעפאסט צום ארט, און אויך מאדעלן פון לאקאלע סעלעבריטעטן און פאליטיקער, וואס טרעפן נישט קיין ארט אין די מוזייען אין אנדערע ערטער.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מאדאם טוסא

  אפיציעלע וועבזייטל פון מאדאם טוסא