די שװײץ (דײַטש: die Schweiz; פראַנצויזיש: Suisse; איטאליעניש: Svizzera; רומאנטש: Svizra) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אייראפע וואס איז א פעדעראלע רעפובליק פון 26 קאנטאנען. זי גרענעצט דייטשלאנד צו צפון, פראנקרייך צו מערב, איטאליע צו דרום און עסטרייך און ליכטנשטיין צו מזרח.

די שווייץ
Schweizerische Eidgenossenschaft דייטש
Confédération suisse פראנצויזיש
Confederazione Svizzera איטאליעניש
Confederaziun svizra רומאנטש
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך דייטשיש
פראנצויזיש
איטאליעניש
רומאנטש
הויפּטשטאָט בערן 46°57′N 7°27′E / 46.950°N 7.450°E / 46.950; 7.450
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פעדעראלער ראט
פּרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאַטום
1291
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
41,285 קוואַדראַט ק"מ
133
4.2%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

7,952,600 (2011)
95סט
188 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $339.890 ביליאן
וואַלוטע שווייצער פראנק
צײַט זאָנע UTC +1
אינטערנעט דאָמען ch.
טעלעפֿאָן קאָד 41+

די שווייץ איז א נייטראל לאנד וואס האט נישט באטייליגט אין קיין מלחמות זייט 1815.[1]

דער אפיציעלער נאמען פון דער שווייץ איז די שװײצער קאָנפֿעדעראציע (לאטיין: Confoederatio Helvetica). די שווייץ האט פיר אפיציעלע שפראכן: איטאליעניש, דייטש, פראנצויזיש, און רומאנטש.

איר הױפּטשטאָט איז בערן, און די גרעסטע שטאט איז ציריך.

אין דער שווייץ געפינען זיך ביוראען פון עטלעכע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס, כולל די פאראייניגטע פעלקער.

שווייץ איז באקאנט פאר איר וואונדערבארע לאנדשאפט, מיט א סך בערג און אזערעס.

היסטאריע

רעדאַקטירן

שווייץ עקזיסטירט ווי א לאנד זייט אדאפטירן די שווייצע פעדעראלע קאנסטיטוציע אין 1848.

אוראלטע היסטאריע

רעדאַקטירן

אין דעם שטח פון דער היינטיקער שווייץ האבן געוואוינט קעלטישע שבטים שוין אין 1500 פאר דער ציווילער רעכענונג, ווי למשל די העלוועטן. אין די צייטן פון דער רוימישער אימפעריע האבן זיי אויפגענומען רוימישע קולטור און די לאטיינישע שפראך.

מיטל אלטער

רעדאַקטירן

נאכן איינפאל פון דער רוימישער אימפעריע האבן די גערמאנישע שבטים, די אלעמאנען און די לאמבארדן, איינגענומען דעם שטח, וואס איז שפעטער געקומען אונטער דער הערשאפט פון די פראנקען. דורכאויס די 6טער, 7טער און 8טער יארהונדערטער איז דער שטח פון דער שווייץ געווען אונטער פראנקישער הערשאפט. אבער ביים אפמאך פון ווערדון וואס האט צעטיילט די פראנקישע אימפעריע זענען די שווייצער לענדער געווארן צעטיילט צווישן מיטל פראנקיע און מזרח פראנקיע ביז אומגעפער דעם יאר 1000, ווען זיי זענען געווארן פאראייניקט אונטער דער הילהייליגער רוימישער אימפעריע.

אלטע שווייצער קאנפעדעראציע

רעדאַקטירן

די אלטע שווייצער קאנפעדעראציע איז געווען אן אליאנץ צווישן די טאל־געמיינדעס אין די צענטראלע אלפן. אין 1291 האט מען געמאכט אן אפמאך צווישן די קאנטאנען אורי, שוויץ און אונטערוואלדן וואס ווערט גערעכנט די גרינדונג פון דער קאנפעדעראציע.

מאדערנע תקופה

רעדאַקטירן

שווייץ איז נישט אינוואדירט געווארן אין קיינער פון די צוויי וועלט מלחמות.

אין 2002 איז די שווייץ געווארן א פולער מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער. שווייץ איז א גרינדער מיטגליד אין דער אייראפעישער פרייהאנדל אסאסיאציע.

געאגראפיע

רעדאַקטירן
 
מאטערהארן אין די שווייצער אלפן

די שווייץ באדעקט א שטח פון 41,285 ק"מ² איבער די צפון אן דרום זייטן פון די אלפן; 60% פונעם שטח פון דער שווייץ געפינט זיך ביי די אלפן, אין צענטער און דרום פון לאנד. די שטעט און שטעטלעך זענען מערסטנס אין צפון. די באפעלקערונג פונעם לאנד איז אומעגעפער 7.9 מיליאן, וואס גיט א באפעלקערונג ענגקייט פון 190 מענטשן אין א ק"מ². דער גרעסטער קאנטאן, גראבונדן, וואס ליגט אינגאנצן אין די אלפן האט א באפעלקערונג ענגקייט פון נאר 27 מענטשן אין א ק"מ².

די שווייץ ליגט צווישן די גארטל־ליניעס 45° און 48° N (צפון), און לענג 5° און 11° E (מזרח). זי אנטהאלט דריי טאפאגראפישע שטחים: די שווייצער אלפן צו דרום, דאס שווייצער מיטללאנד, און די זשורא בערג אין צפון. די אלפן זענען א הויכע בארגקייט וואס ליגן אריבער דעם צענטראל־דרום טייל פונעם לאנד און נעמען אריין אומגעפער 60% פונעם גאנצן שטח פונעם לאנד. אין די הויכע טאלן פון די שווייצער אלפן געפינען זיך א סך גלעטשערס, וואס באדעקן אינגאנצן א שטח פון 1,063 ק"מ².

די ריין און רהאן טייכן הייבן אן אין די שווייצער בערג. די גרעסטע אזערעס אין דער שווייץ זענען גענף אזערע, קאנסטאנץ אזערע, ציריך אזערע און ניישאטעל אזערע.

בערך א הונדערט פון די בארג שפיצן אין דער שווייץ זענען העכער פון 4000 מעטער. דער העכסטער איז מאנטא ראזא (4,634 מ'); אבער דער מאטערהארן (4,478 מ') איז דער מערסט באקאנטער. ביידע ליגן אין די פענינע אלפן אין דעם קאנטאן וואלייס.

די גרעסטע שטעט זענען:

  1. ציריך
  2. גענף
  3. באזעל
  4. בערן
  5. לאזאן
  6. לוצערן
 
די קאנטאנען פון דער שווייץ

די שווייצער קאנפֿעדעראציע איז א פֿעדעראלע רעגירונג, צעטיילט אויף 26 קאַנטאנען:

*די קאנטאנען, אזוי גערופן האלב-קאנטאנען, האבן נאר איין דעלעגאט (אנשטאט צוויי) אין דער שווייצער שטאטן ראט.

די באפעלקערונגען זענען פון 15,000 (אפנצעל אינערהאדן) און 1,253,500 (ציריך), מיט א שטח צווישן 37 ק"מ² (באזעל־שטאט) און 7,105 ק"מ² (גראבינדן). די קאנטאנען נעמען אריין אינגאנצן 2,889 מוניציפאליטעטן. אינערהאלב דער שווייץ געפינען זיך צוויי ענקלאוון: ביסינגען, וואס געהערט צו דייטשלאנד, און קאמפיאנע ד'איטאליע וואס געהערט צו איטאליע.

א געזעץ וואס ווערט דורכגעפירט אין דעם פעדעראלן פארלאמענט קען ווערן איבערגעקערט דורך א רעפערענדום, ווען 50,000 בירגער אונטערשרייבן קעגן דעם געזעץ ווערנט 100 טעג. דער רעפערענדום איז א וואל פונעם גאנצן לאנד, און א מערהייט באשליסט צי אנצונעמען דעם געזעץ צי נישט. אויך 8 קאנטאנען קענען פאדערן א רעפערענדום קעגן א פעדעראלן געזעץ.


אינטערנאציאלע אנשטאלטן

רעדאַקטירן

שווייץ האלט זיך נייטראל זייט 1515. ערשט אין 2002 איז זי געווארן א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, דורך א רעפערענדום. שווייץ איז אבער נישט קיין מיטגליד אין דעם אייראפעישן פארבאנד, און האט זיך אפגעזאגט עטלעכע מאל. דער רויטער קרייץ איז געגרינדעט געווארן אין גענף, שווייץ.

די יערליכע אסיפות פונעם וועלט עקאנאמישער פארום אין דאוואס ברענגען צוזאמען די הויפט אינטערנאציאנאלע ביזנעס און פאליטישע פירער פון דער שווייץ און פרעמדע לענדער אדורכשמועסן וויכטיגע פראגעס פון דער וועלט, איינשליסנדיק געזונט און די סביבה. אויך דער הויפטקווארטיר פון דער באנק פאר אינטערנאציאנאלע אויסגלייכן (BIS) זענען פלאצירט אין באזעל זייט 1930.

עקאנאמיע

רעדאַקטירן

די שווייץ האט א סטאבילע הייטעק עקאנאמיע און איז זער פארמעגלעך, און ווערט פאררעכנט דאס רייכסטע לאנד אין דער וועלט לויט באפעלקערונג. די עקאנאמיע פון דער שווייץ איז די 36סטע גרעסטע אין דער וועלט לויט ברוטא אינלענדישן פראדוקט (קויפן קראפט פאריטעט).

דעמאגראפיע

רעדאַקטירן

אומגעפער 8 מיליאן מענטשן וואוינען אין דער שווייץ. פון זיי רעדן 64% אלעמאניש (א דיאלעקט פון דייטשיש, וואס די שווייצער רופן "שוויצער־דייטש") אלס מוטערשפראך, אין צפון־ און צענטראל־שווייץ. 19% פון דער באפעלקערונג רעדן פראנצויזיש ווי מוטערשפראך, אין דעם מערב טייל פונעם לאנד, און 8% רעדן איטאליעניש, אינעם דרום טייל. נאר 1% פון די באוואוינער רעדן רומאנטש, אן אלטע שפראך א ביסל ענלעך צו לאטיין, אין דרום־מזרח פונעם לאנד.

אורבאניזאציע

רעדאַקטירן

ביז פאר 70 יאר האט די באפעלקערונג פון דער שווייץ געוואוינט בעיקר אין דערפער ארום דעם לאנד, אבער היינט וואוינען צוווישן צוויי דריטל און דריי פערטל פון דער גאנצער באפעלקערונג אין שטעט און שטעטלעך. דער שווייצער פלאטא האט א געדעכטע באפעלקערונג מיט אומגעפער 450 מענטשן א ק"מ2. די גרעסטע מעטראפאליטאנישע שטחים זענען ציריך, גענף-לאזאן, באזעל און בערן.

יידן אין דער שווייץ

רעדאַקטירן

יידן האבן אנגעהויבן וואוינען אין דער שווייץ אין אנהייב פונעם 13טן יארהונדערט.

לויט וואס ווערט באוויזן, זיינען שוין געווען יידן אין דער שווייץ אין יאר ד'תתקע"ג (1213).

אינעם 15טן יארהונדערט האט מען פארטריבן די יידן פון לאנד, און נאר אין דעם 17טן יארהונדערט האט מען זיי ווידעראמאל אריינגעלאזט. אין די 1850ער יארן איז געווען א שטארקע אימיגראציע פון דייטשלאנד און מזרח אייראפע.

דער מערסטער באקאנטער יענע יארן אין שווייץ, איז געווען איינער מרבותינו הראשונים זי"ע דאס איז רבינו משה זי"ע וואס האט געוואוינט אין ציריך, א תלמיד פון מהר"י מקורבי"ל, וואס האט געשריבען הגהות אויפן ספר סמ"ק פון זיין רבי מהר"י מקורבי"ל, וואס די הגהות איז באקאנט אלץ הסמ"ק מצוריך, גדולי דורו האבן דאס גערופן "צורכר" (מהר"ם מינץ, מהרי"ל, מהרי"ק), און מהרי"ק איז דא א שטיקל ווי ער איז שארף חולק אויף איינער פון די גדולים וואס זאגט אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויפן סמ"ק מצוריך להלכה "ואשר כתבת דאין מורין מספר הצור"ך שקבץ וכתב כל הדעות ולא לפסק הלכה דבר תימא בעיני ובעיני כל שומע היאך פה קדוש יאמר דבר זה דלמה טורח וחיבר כל ההגהות הגדולות ההנה אם לא לפסק הלכה ולמה יבא דבר שאין כהלכה ויניח ההלכה דרחמנ' ליצלן מהאי דעת'"

רבינו משה האט געוואוינט אין ציריך און געווען די מנהיג און רבי פון די קהילה ערגעץ ארום די ק' יארן, אין א דאקומענט וואס איז דא אין די שטאטישע ארכיוון זעהט אויס אז אין יאר ה"א פ"ט (1329) האט ער שוין דארט געוואוינט, און אז זיין טאטע האט געהייסן ר' זוסמאן, און אין א שפעטערדיגע דאקומענט פון יאר ק"ז (1347) ווערט געשריבען וועגן צאלן שטייערן פון א געוויסע דירה וואס געהערט צי "המורה משה היהודי", די כינוי מורה איז יענע יארן געווען א כינוי פאר א רבי, ווי מען טרעפט אין פילע ספרים פון יענע יארן.ליידער איז רבינו משה אומגעקומען ביי די שווערע פרעות נאך די שווארצע מגיפה, אזוי שטייט אין די פנקסי הקהילה, ה' יקום דמו.

אנדערע טענה'ן (מבוא לספר הסמ"ק מצור"ך הוצאת תשמ"א) אבער אז ער איז אנטלאפן דעמאלט צי דער שטאט בערן, זייער ראי' איז ווייל אין די שטאטישע ארכיוון פון ציריך אין א דאקומענט פון יאר ק"י (1350) ווערט גערעדט אז די שטאט ראט פארקויפט די אויבענדערמאנטע דירה פון יאר ק"ז פאר מעיאר פון שטאט, דארט שטייט אז דער באלעבוס פון דירה איז ר' משה מבערן, פון דעהם דרינגען זיי אז ער ווארשיינליך אנטלאפן צי דער שטאט בערן.

אויסער רבינו משה מצוריך וואס מיר האבן שוין דערמאנט אויבן, טרעפן מיר צווישן די ספרים נאך עטליכע רבנים וואס זענען געווען אין שווייץ.

אין הקדמה צי די קרבן נתנאל שרייבט די קרבן נתנאל זיין סדר היחוס ביז צי די מהר"י וייל, שרייבט ער אז זיין זיידע דור חמישי איז געווען הגאון מוהר"ר יונה וייל שהיה אב"ד במדינת בורגא ושוואבין ומדינת שווייץ, א אוהר אייניקל פון מהר"י וייל, ווארשיינליך איז ער געווען ערגעץ ארום די ר' - ש' יארן. ער איז געווען די מחבר פון ספר הניקור, מער פרטים איבער איהם ווייסעך נישט.

אזוי אויך ערגעץ אין די אנהייב ת' יארן אין קהילת טיהנגין אין שווייץ איז געווען א רב מיטן נאמען מוהר"ר מתתיהו ז"ל בן ר' אדני' ישראל ז"ל, אין שו"ת חוט השני (לבעל החוות יאיר) איז דא א שאלה פון איהם און א תשובה צי איהם.

ערגעץ ווי אין די תק"י יארן איז געווען א רב אין שווייץ מוה"ר יעקב שווייך ז"ל, אין תשו' זכרון יוסף איז דא עטליכע תשובות צי איהם.

אין די צייטן פון די חתם סופר האט געדינט פאר א רב אין קהילת עטלינגה אין שווייץ און פאר לאנד'ס רב הגאון מוהר"ר אברהם ז"ל, אין תשובת חתם סופר איז דא א תשובה צי איהם, וז"ל חלק ב (יורה דעה) סימן קעה "החיים והשלום יחדיו יהיה תמים לחכם מחוכמים מארי דאברהם דתלי' תני' בדלו תני' בבחירתא כוותי' ה"ה הרב המאה"ג חו"ש בעל פיפיות המפורסם כערוגת הבשם כש"ת מהו' אברהם ני' אב"ד דק"ק ענטלינגה ומדינת שווייץ יע"א."

ערגעץ אין די תר"י-ל יארן האט געדינט פאר א רב אין קהילת ה"ב הגאון מוהר"ר יוסף וו"ב ז"ל, אין תשובת כתב סופר איז דא צוויי תשובות צי איהם איינס אין תרי"ז אין די אנדערע אין יאר תרכ"ו, וואס היבט זיך אהן "מנחם ציון וירושלם, ישביעהו אורך ימים ושנות חיים, ה"ה ידידי הרב המאוה"ג המופלא בהפלגת חכמים אוצר נחמד חרוץ ושנון כש"ת מו"ה יוסף וו"ב ני' אבדק"ק ה"ב במדינת שווייץ יע"א".

עס וואינען היינט ארום 1000 פרומע און נאך ארום 20000 נישט פרומע יידן אין לאנד, דאס מערהייט אין ציריך.

כאטשיק שווייץ זאל צוהייסן א דעמאקראטיש לאנד באשטייט דארט א פארבאט אויף כשר'ער שחיטה.

ביי דער צווייטע וועלט־מלחמה האט שווייץ נישט געלאזט יידן זיך ראטעווען דורך אריינקומען אין לאנד אויסער ווייניג געציילטע פעלער.

אין די צוויי דערפער ענדינגען און לענגנאַו אין , איז געווען די איינציקע יידישע געמיינדע אין דער איצטיקער שווייץ פון 17 טן ביז 19טן יאָרהונדערט, וואו עס איז מעגלעך געווען שטענדיק יישוב אין דער צייט. ביז אַרום 1800, האבן די דערפער געהערט צו דער מאַרגראַוויאַטע פון ​​באַדען, דערנאָך די קאַנטאָן פון אארגוי. יידן ווערן דערמאנט צום ערשטן מאָל אין לענגנאו אין 1622, אין ענדינגען אין 1678. דאס קויפן לאַנד זענען אויך פארבאטן צו די אידן דאָרט ביזן 19טן יאָרהונדערט. אַזוי האבן זיי געלעבט פֿון די פּעדלעריי, פיה און פאַרמאָג האַנדל.

אין 1844 זענען 44 פֿיה הענדלער אין ענדינגען אַליין און 15. אין לענגנאַו.

אין 1850, האָבן 1,515 אידן געלעבט אין די צוויי דערפער.

אין 1750/51 איז די ערשטער שול געבויט געווארן.‏[2]

דריי פון אייראפע'ס הויפט שפראכן—דייטשיש, פראנצויזיש און איטאליעניש—זענען אפיציעלע שפראכן אין דער שווייץ. די שווייצער קולטור איז פארבונדן מיט די שכנותדיקע לענדער לויט דער שפראך. אויך איז פאראן די איזאלירטע רומאנטשע קולטור אין גראבונדן קאנטאן אין מזרח פונעם לאנד.

אין דער שווייץ געפינען זיך עטלעכע 1000 מוזייען.

יערלעך קומען פאר דער לוצערנער פעסטיוואל, דער מאנטרע דזשעז פעסטיוואל און דער לאקארנא אינטערנאציאנאלער פילם פעסטיוואל.

ליטעראטור

רעדאַקטירן

ביי דער גרינדונג פון דער קאנפעדעראציע אין 1291 האבן אלע ראיאנען גערעדט דייטשיש, ממילא איז די פריעסטע שווייצער ליטעראטור געווארן געשריבן אויף דייטשיש. אין דעם 18טן יארהונדערט איז פראנצויזיש געווארן מאדיש אין בערן און אנדערע ערטער, און מ'האט אנגעהויבן זען דעם איינפלוס פון פראנצויזיש.

פראמינענטע שווייצער שרייבער זענען [[יערעמיאש גאטהעלף (1797–1854) אויף דייטשיש און זשאן-זשאק רוסא (1712–1778) אויף פראנצויזיש. די מערסטע באקאנטע שווייצער ליטערארישע ווערק אין היידי, א מעשה וועגן א יתומה וואס וואוינט ביי איר זיידע אין די אלפן, געשריבן דורך יאהאנא שפיירי (1827–1901). דאס בוך איז געווארן א סימבאל פון דער שווייץ.

דער פאפולערסטער ספארט אין דער שווייץ איז נארטלען. אויך שטארק פאפולער איז פוטבאל און אייז האקי.

אויטאספארט פלעג פארקומען אין דער שווייץ, אבער נאכן לע מאן קאטאסטראף אין 1955 האט מען דאס פארווערט.

רעפערענצן

רעדאַקטירן