געארג דער זעקסטער
געארג דער זעקסטער (ענגליש: George VI; פערזענלעכער נאמען: אלבערט פרעדעריק ארטור געארג ; 14טן דעצעמבער 1895 – 6טן פעברואר 1952) איז געווען מלך פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און די דאמיניאנען פונעם בריטישן קאמאנוועלט פונעם 11טן דעצעמבער 1936 ביז זיין טויט. ער איז געווען דער לעצטער קייסער פון אינדיע, און דער ערשטער הויפט פון דער קאמאנוועלט.
געבורט |
14 דעצעמבער 1895 יארק קאטעדזש, פאראייניגטע קעניגרייך | ||||
---|---|---|---|---|---|
טויט |
6 פעברואר 1952 (אלט 56) סאנדרינגהאם הויז, פאראייניגטע קעניגרייך | ||||
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד | ||||
לערנארט | טריניטי קאלעדזש | ||||
ווינדזאר הויז דינאסטיע | |||||
| |||||
חתימה | |||||
אלס צווייטער זון פונעם מלך געארג דער פינפטער, ער האט נישט געקלערט צו ירשענען די מלוכה. ער האט געדינט אינעם קעניגלעכן פלאט ווערנט דער ערשטער וועלט מלחמה, און נאך דער מלחמה האט אויסגעפירט א רייע פובליקע באשטעלונגען. ער האט געהייראט ליידי עליזאבעט בויס-לייאן אין 1923, און זיי האבן געהאט צוויי טעכטער , עליזאבעט און מארגארעט.
ווען זייער פאטער איז געשטארבן אין 1936 האט געארג׳ס עלטערער ברודער איבערגענומען די מאנארכיע אלס עדווארד דער אכטער. שפעטער ווען עדווארד האט געזאגט אז ער גייט הייראטן די גרושה וואליס סימפסאן, האט דער בריטישער פרעמיער מיניסטער סטענלי באלדווין אים באראטן אז ער וועט נישט קענען הייראטן א גרושה און בלייבן דער מלך. אזוי האט עדווארד אבדיקירט, און געארג האט איבערגענומען די מלוכה, דער דריטער מאנארך פון ווינדזאר הויז.