בריטישער מוזיי
דער בריטישער מוזיי איז א מוזיי פון מענטשלעכער היסטאריע און קולטור אין לאנדאן. זיינע קאלעקציעס, וואס זענען סה"כ מער ווי זיבן מיליאן אביעקטן,[1] זענען פון די גרעסטע אין דער וועלט, און שטאמען פון אלע קאנטינענעטן, באשרייבנדיק די געשיכטע פון מענטשלעכן קולטור פון זיין אנהייב ביז היינט.
דער בריטישער מוזיי, באקוקט פון צפון־מזרח | |
אינפארמאציע | |
---|---|
טיפ | מענשהייט־היסטאריע מוזיי |
ארכיטעקט | ראבערט סמירק |
אויפגעשטעלט | 1753 |
אדרעס | Great Russell Street, London |
גרינדער | האנס סלאן |
מנהל | הארטוויג פישער |
באזוכער א יאר | 5,906,716 (אין 2017) |
קאארדינאטן | 51°31′10″N 0°07′37″W / 51.519444444444°N 0.12694444444444°W קאארדינאטן: 51°31′10″N 0°07′37″W / 51.519444444444°N 0.12694444444444°W |
https://www.britishmuseum.org/ | |
דער בריטישער מוזיי איז געגרינדעט געווארן אין 1753, באזירט בעיקר אין די קאלעקציעס פון דעם וויסנשאפטלער סיר האנס סלאן. דעם מוזיי האט מען געעפנט צום ערשטן מאל צום ציבור דעם 15טן יאנואר 1759 אין מאנטאגו הויז, בלומזבורי, אין דעם זעלבן ארט ווי דער מוזיי געפינט זיך היינט. במשך די פאלגנדע צוויי און א האלב יארהונדערטער האט דער מוזיי זיך פארגרעסערט און געשאפן פארשידענע צווייג מוזייען; דער ערשטער פון זיי איז געווען דער נאטירלעכע היסטאריע מוזיי אין דרום קענזינגטאן אין 1887.
ביז 1997 איז דער בריטישער מוזיי געווען דער איינציקסטער וואס האט געהאט א נאציאנאלן מוזיי פון אנטיקן און א נאציאנאלע ביבליאטעק אין איין געביידע. אין 1997 אבער האט די בריטישע ביבליאטעק זיך געצויגן פון דעם בריטישן מוזיי צו א נייעם ארט. אזוי ווי אלע נאציאנאלע מוזייען אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך, דארף מען נישט באצאלן אריינגיין אינעם מוזיי.[2] זייט 2002 איז דער דירעקטאר פונעם מוזיי ניל מאגרעגאר.[3]
חשובע אויסשטעלן
רעדאַקטירן- די עלגין מארמארשטיינער, א טייל פונעם פארטענאן
- די ראזעטע שטיין
- די מאמי'ען פון עטליכע פרעה קעניגן פון עגיפטן
אפטיילן
רעדאַקטירןאפטייל פון אוראלט עגיפטן און סודאן
רעדאַקטירןאפטייל פון גריכנלאנד און רוים
רעדאַקטירןאפטייל פון מיטל־מזרח
רעדאַקטירןאפטייל פון דרוקן און צייכענונגען
רעדאַקטירןדער אפטייל פון דרוקן און צייכענונגען האט די נאציאנאלע זאמלונג פון מערבדיקע דרוקן און צייכענונגען. דער ברייטער ציבור האט א צוטריט צו דער זאמלונג, וואס מ'האט געגרינדעט אין 1870.
עס זענען פאראן גאר שיינע גרופעס פון צייכענונגען פון לעאנארדא דא ווינטשי, ראפאעל, מיקעלאנדזשעלא, דירער, פעטער פאל רובענס, רעמבראנדט און גאיא.
אין דער זאמלונג זענען אומגעפער א מיליאן בריטישע דרוקן.
אפטייל פון פארהיסטאריע און אייראפע
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ British Museum website. Britishmuseum.org (14טן יוני 2010). דערגרייכט דעם 4טן יולי 2010.
- ↑ Admission and opening times. British Museum (14טן יוני 2010). דערגרייכט דעם 4טן יולי 2010.
- ↑ "National man for British Museum", BBC News (29סטן נאוועמבער 2001). דערגרייכט דעם 27סטן אפריל 2010.