שטאל
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם מעטאל. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט שטאל (באדייטן).
שטאָל איז א געשמעלץ פון אייזן מיט צווישן 0.2% און 2.1% קוילנשטאף, און אפשר אנדערע מעטאלן, למשל, מאנגאן, כראם, וואנאדיום אדער וואלפראם.
היינט איז שטאל פון די מערסט געוויינלעכע מעטאלן אין דער וועלט. מען פאבריצירט מער ווי 1.3 ביליאן טאנען א יאר.
שטאל וואס אנטהאלט מער ווי 10.5% כראם ווערט אנגערופן זשאווערפריי שטאל.
צווישן די פראדוקטן געמאכט פון שטאל זענען אויטאמאבילן, בריקן, שרויפן, טשוועקעס, ספרונזשינעס, שארפן פון מעסערס און נאדלען.
ניצן
רעדאַקטירןאייזן און שטאל ווערן ברייט באניצט אין דער קאנסטרוקציע פון שאסייען, באנען, אנדערע אינפראסטרוקטור און געביידעס. מערסטע גרויסע מאדערנע סטרוקטורן, ווי למשל וואלקן קראצערס, בריקן און פליפארטן ווערן געשטיצט פון א שטאלן סקעלעט. אויך די מיט א בעטאנענער סטרוקטור ווערן פארשטארקט מיט שטאל. שטאל ווערט אויך געניצט אין פארשיידענע קאנסטרוקציע מאטריאלן, ווי ריגלען, טשוועקעס און שרויפן.
אנדערע ווענדונגען זענען שיפבויעריי, מינעריי און שווערע געצייג ווי בולדאזערס, שטאל-וואל און ווערגצייג.