מאנטענעגרא ("שווארצער בארג") איז א לאנד אין דרום־מזרח אייראפע. עס האט א בארטן אויפן אדריאטישן ים אין דרום־מערב, און גרענעצט קראאטיע צו מערב, באסניע און הערצעגאווינע צו צפון־מערב, סערביע צו צפון־מזרח, און אלבאניע צו דרום־מזרח. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז פאדגאריצע.

רעפובליק פון מאנטענעגרא
פאן מאנטענעגרא
פאן מאנטענעגרא
סימבאָל מאנטענעגרא
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון מאנטענעגרא
אָרט פֿון מאנטענעגרא
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך מאנטענעגריניש
הויפּטשטאָט פאדגאריצע 42°47′N 19°28′E / 42.783°N 19.467°E / 42.783; 19.467
רעגירונג פארלאמענטארישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
פיליפ וווּיאנאוויטש
איגאר לוטשיטש
גרינדונג דאַטום
1852
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
13,812 קוואַדראַט ק"מ
161סט
1.5
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

625,266 (2011)
121סט
50 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $7.157 ביליאן (153סט)
וואַלוטע איירא
צײַט זאָנע +1
אינטערנעט דאָמען me.
טעלעפֿאָן קאָד 382+

אין אוראלטע צייטן איז דער שטח פון מאנטענעגרא געוואן א טייל פון דער רוימישער אימפעריע, און שפעטער פון דער ביזאנטישער אימפעריע. אין דעם 13טן יארהונדערט איז דאס לאנד געווען א טייל פון דער גרויסער סערבישער פרינציפאליטעט. פון 1918 איז עס געווען א טייל פון יוגאסלאוויע. אין 2006 איז מאנטענעגרא געווארן אומאפהענגיק.

מאנטענעגרא איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, וועלט האנדל ארגאניזאציע, און א קאנדידאט צו ווערן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד.

די אפיציעלע וואלוטע איז דער איירא, וואס מאנטענעגרא האט אדאפטירט איינזייטיג, אזוי ווי עס איז נישט אין דער אייראזאנע.

פאליטיק רעדאַקטירן

מאנטענעגרא האט אויפגענומען זיין נייע קאנסטיטוציע דעם 22סטן אקטאבער 2007. מאנטענעגרא איז א פארלאמענטארישע דעמאקראטיע. דער פרעזידענט ווערט געוויילט איינמאל צו פינף יאר. דער פארלאמענט ווערט געוויילט אויף א פראפארציאנעלן אופן איינמאל צו פיר יאר, מיט איין דעפוטאט פאר יעדע 6,000 שטימען.

עקאנאמיע רעדאַקטירן

מאנטענעגרא האלט אויף א וועג צו א מארק עקאנאמיע. די הויפט אינדוסטריעס זענען אלומיניום און שטאל פראדוקציע, און מען אנטוויקלט טוריזם.

אינפראסטרוקטור רעדאַקטירן

די אייראפעאישע רוטעס E65 און E80 גייען אדורך מאנטענעגרא, אבער זענען נישט אויפן סטאנדארט פון אויטאסטראדעס. די צוויי פליפארטן זענען אין פאדגאריצע און טיוואט. אין באר איז א ים פארט.

בילדונג רעדאַקטירן

בילדונג אין עלעמענטאר שולע איז אבליגאטאריש און פריי פאר קינדער פון 6 ביז 14.