אזארן
פארטוגעזישער ארכיפעלאג אין אטלאנטישן אקעאן
38°30′N 28°0′W / 38.500°N 28.000°W
די אַזארן (פארטוגעזיש: Açores) איז אן ארכיפעלאג פון ניין וואולקאנישע אינזלען אין דעם צפון אטלאנטישן אקעאן; זיי זענען אומגעפער 1500 ק"מ מערב פון ליסבאן און אומגעפער 1900 ק"מ דרום־מזרח פון נייפונדלאנד. די אינזלען, מיט זייער עקסקלוסיווער עקאנאמישער זאנע, נעמען אריין דעם אויטאנאמישן ראיאן פון די אַזארן, איינער פון די צוויי אויטאנאמישן ראיאנען פון פארטוגאל.
אין די אזארן זענען פאראן ניין הויפט אינזלען מיט עטלעכע גאר קליינע וויספעס, אין דריי הויפט גרופעס. זיי ציען זיך מער ווי 600 ק"מ אין א צפון־מזרח - דרום־מערב ריכטונג.
דער ארכיפעלאג איז א טייל פון מאקאראנעזיע.
וועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
אזארן