גרוזיע
גרוזיע (גרוזיניש: საქართველო, סאַקאַרטוועלאָ) איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַזיע, אין דעם קאווקאז אויפן מזרח ברעג פונעם שווארצן ים. זײַן הױפּטשטאָט איז טביליסי. ס'װױנן דאָ 4.6 מיליאָן מענטשן. גרוזיע האָט גרענעצן מיט אַזערבײַדזשאַן, רוסלאַנד, און ארמעניע. אָט װױנען בערך 10,000 יידן, סײַ אשכנזים, סײַ גרוזיאַנער, װאָס האָבן אין גרוזיע באזעצט מיט 2,000 יאָר צוריק.
גרוזיע საქართველო סאַקאַרטוועלאָ | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: თავისუფლება טאוויסופלעבא | |||||
קאָנטינענט | אזיע, אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | גרוזיניש | ||||
הויפּטשטאָט | טביליסי 41°43′N 44°47′E / 41.717°N 44.783°E | ||||
רעגירונג | |||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
סאלאמע סוראבישווילי מאמוקא באחטאדזע | ||||
גרינדונג דאַטום |
9טן אפריל 1991 פון סאוועטן פארבאנד | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
69,700 קוואַדראַט ק"מ 118 0 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
4,693,892 113 67 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $21.424 ביליאן (109ט) | ||||
וואַלוטע | לאַרי | ||||
צײַט זאָנע | UTC+3 | ||||
אינטערנעט דאָמען | ge. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 995+ |
געאגראפיע
רעדאַקטירןגרוזיע שפאנט אן צוויי קאנטינענטן, וויבאלד דער מערב טייל פון לאנד געפינט זיך אין אייראפע און דער מזרח טייל אין אזיע. איר שטח איז בערך 70,000 קוואדראט ק"מ. איר צפון גרענעץ איז לאנג 723 ק"מ מיט רוסלאנד. אין דרום מזרח האט זי א גרענעץ לאנג 322 ק"מ מיט אזערביידזשאן, און א גרענעץ 164 ק"מ מיט ארמעניע. דער דרום גרענעץ איז לאנג 252 ק"מ מיט טערקיי. דער מערב גרענעץ איז דער שווארצער ים.
די גרויסע קאווקאז בערג אין צפון זענען באהאפטן דורך דער ליכי קייט צו די קליינע קאווקאז בערג אין דרום. די ליכי קייט צעטיילט גרוזיע אויף מזרח גרוזיע און מערב גרוזיע, וואס זענען באהאפטן דורך א באן טונעל.
דער העכסטער בארג אין גרוזיע איז בארג שכארע ביי 5,201 מעטער איבערן ים פלאך.
קולטור
רעדאַקטירןדי באפעלקערונגפון גרוזיע איז אומגעפער 4.5 מיליאן. פון זיי וואוינען בערך 1.3 מיליאן אין טביליסי. מענטשן פון גרוזיע הייסן גרוזינער. רוב פון זיי רעדן גרוזיניש אלס מוטערשפראך, אבער טייל מענטשן רעדן אויך ארמעניש, רוסיש אדער אנדערע שפראכן.
די מערהייט פון גרוזינער זענען קריסטן, אבער ס'איז דא אויך יידן און מוסלמענער.
די וואלוטע פון גרוזיע איז די לאַרי.
היסטאריע
רעדאַקטירןדי גרוזינער זענען אן אוראלט פאלק. זייער הויפטשטאט טביליסי איז געגרינדעט בערך אין יאר 400 (ד'ר"ם), נאך דער ענדע פון דער רוימישער אימפעריע. ביז דעמאלט איז מערב גרוזיע געווען א טייל פון דער רוימישער אימפעריע.
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |