לוקסעמבורג
די גרויסהערצאגשאפט פון לוקסעמבורג (לוקסעמבורגיש: Groussherzogtum Lëtzebuerg, פראַנצויזיש: Grand-Duché de Luxembourg, דײַטש: Großherzogtum Luxemburg) איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אייראפע, וואס גרענעצט זיך מיט בעלגיע, פראנקרייך, און דייטשלאנד. די באפעלקערונג פון לוקסעמבורג איז ווינציקער ווי א האלבער מיליאן אין א שטח פון 2,586 קוואדראט ק"מ.[1]
גרויסהערצאגשאפט פון לוקסעמבורג Groussherzogtum Lëtzebuerg מוסטער:Lb icon Grand-Duché de Luxembourg מוסטער:Fr icon Großherzogtum Luxemburg מוסטער:De icon | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: Ons Hémécht "אונזער היימלאנד" | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | פראנצויזיש, דייטשיש, לוקסעמבורגיש (געזעצלעך זייט 1984) | ||||
הויפּטשטאָט | לוקסעמבורג 49°36′N 6°7′E / 49.600°N 6.117°E | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארע דעמאקראטיע און קאנסטיטוציעלע גרויסהערצאגשאפט | ||||
גרויסהערצאג פּרעמיער מיניסטער |
גרויסהערצאג הענרי (List) קסאוויער בעטעל (List) | ||||
גרינדונג דאַטום |
1815 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
2,586.4 קוואַדראַט ק"מ 175סט נישטיק | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
626,108 171סט 171 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $32.6 ביליאן (97סט) | ||||
וואַלוטע | איירא (€)2 | ||||
צײַט זאָנע | CET | ||||
אינטערנעט דאָמען | .lu3. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 352+ |
לוקסעמבורג איז דעמאקראטיע מיט א פארלאמענט און א קאנצטיטוצענעלע מאנארכיע, באהערשט פון א גרויסהערצאג. ער איז די איינציגסטע איבערגעבליבענע סואוורענע גרויסהערצאגשאפט. דאס לאנד האט א שטראק-אנטוויקלטע עקאנאמיע, מיט דער העכסטער פראדוקט ווערדע א קאפ אויף דער וועלט. זיין היסטארישע און סטראטעגישע חשיבות קערן צוריק ביז זיין גרינדונג אלס א רוימישע פעסטונג און אלס פראנקישע שלאס אין די פריערדיקע מיטל עלטער.
לוקסעמבורג איז אן עטאבלירונג מיטגליד פון דעם אייראפעישן פארבאנד, נאטא, די פאראייניקטע פעלקער, בענעלוקס און דער מערב אייראפעישער פארבאנד; דאס ווייזט אויף דער שטארקער קאנצענזוס פאר עקאנאמישער, פאליטישער און מיליטערישער אינטעגראציע. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט לוקסעמבורג איז די היים פון עטלעכע אינצטיטוציעס און אגענטורן פון דעם אייראפעישן פארבאנד.
לוקסעמבורג איז א דריישפראכיש לאנד—פראנצויזיש, דייטשיש און לוקסעמבורגיש זענען אלע אפיציעלע שפראכן. כאטש דער שטאַט איז סעקולער, די באפעלקערונג איז הערשנדיק קאטויליש.
מען ציילט אין דער אידישער קהילה מער 1500 מיטגלידער, צוויי שולן עקזיסטירן אין דער מדינה, די ערשטע אין דער הויפטשטאט לוקסעמבורג און די צווייטע אין עש-סור-אלזעט. חב"ד ליובאוויטש אין לוקסעמבורג וואס זיינען פון די איינציקע אידן וואס רעדן אידיש דארט.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2008-07-07, https://web.archive.org/web/20080707084211/http://www.luxembourg.co.uk/nutshell.html, דערגרייכט 2008-01-07
וועבלינקען
רעדאַקטירן
אויסטראליע · אונגארן · איסלאנד · אירלאנד · איטאליע · בעלגיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · דרום קארעע · האלאנד · טערקיי · טשילע · טשעכיי · ישראל · יאפאן · לוקסעמבורג · מעקסיקע · ניי זילאנד · נארוועגיע · סלאוואקיי · סלאוועניע · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פינלאנד · פראנקרייך · קאנאדע · שפאניע · שוועדן · שווייץ · פאראייניגטע קעניגרייך · פאראייניגטע שטאטן |