פּאָרטוגאַל (פארטוגעזיש: Portugal[puɾtuˈɣaɫ]), אפיציעל די פארטוגעזישע רעפובליק (פארטוגעזיש: República Portuguesa), איז אַ דעמאָקראַטישע רעפּובליק אויפן איבערישן האלבאינזל אין דרום-מערב אײראָפּע. ער איז דאס מערסט מערבדיקע לאנד פון דער יבשה פון אייראפע. דאט לאנד איז אַרומגענומען מיט דעם לאַנד שפאַניע אויף די צפון און מזרח זייטן, און מיטן אַטלאַנטישן אָקעאַן בײ די מערב און דרום זייטן. צוויי אטלאנטישע ארכיפעלאגן, אזארן און מאדירא, זענען אויך א טייל פון פארטוגאל. דער גרענעץ צווישן פארטוגאל און שפאניע איז לאנג 1,214 ק״מ, דער לענגסטער גרענעץ אינעם אייראפעאישן פארבאנד.

פארטוגאַל
Portugal
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך פארטוגעזיש
הויפּטשטאָט ליסבאן
רעגירונג פארלאמענטארישע דעמאקראטיע
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
מארסעלו רעבעלו די סאזא
אנטאניא קאסטא
גרינדונג דאַטום
868
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
92,212 קוואַדראַט ק"מ
111
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

10,427,301
83סט
115 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $296 ביליאן (50סט)
וואַלוטע איירא EUR
צײַט זאָנע מערב-אייראפע צייט
אינטערנעט דאָמען pt.
טעלעפֿאָן קאָד 351+

זײַן הױפּטשטאָט איז ליסבאָן.

דאס לאנד אינערהאלב די גרענעצן פון היינטיקן פארטוגאל איז געווען באזעצט כסדר זייט פרעהיסטארישע צייטן. קודם די קעלטן און די רוימער, דערנאך די וויזיגאטישע און סוועבישע גערמאנישע פעלקער, וואס אויך זיי זענען געווארן אינוואדירט דורך די מורן. די דאזיקע מוסולמענישע פעלקער זענען ענדלעך געווארן פארטריבן בשעת דער קריסטלעכער רעקאנקוויסטא פונעם איבערישן האלבאינזל.

אין יאר 838 איז געגרינדעט געווארן די ערשטע גראפנשאפט פון פארטוגאל. אין יאר 1139 האט מען פראקלאמירט אלפאנסא הענריקעס דעם ערשטן מלך פונעם קעניגרייך פון פארטוגאל. אין די 15ט־ און 16ט־יארהונדערטער האט פארטוגאל פיאנערט דעם אנטדעקונג-אלטער און האט פארברייטערט מערבדיקן איינפלוס און געגרינדעט די ערשטע גלאבאלע אימפעריע,‏[1][2][3] און איז אזוי געווארן איינע פון דער וועלט׳ס הויפט עקאנאמישע, פאליטישע און מיליטערישע קראפטן.

אין 1755 האט אן ערדציטערניש פארניכטעט ליסבאן. ביי די נאפאלעאנישע מלחמות איז פארטוגאל געווארן אקופירט, אין 1822 האט בראזיל פראקלאמירט זיין אומאפהענגיקייט פון פארטוגאל און פון 1828 ביז 1828 האט געפירט די פארטוגעזישע ברידער־קריג. נאכאלץ איז פארטוגאל געבליבן שטארק אפגעשוואכט און מער נישט געווען קיין וועלט מאכט.

היסטאריע רעדאַקטירן

די רוימער האבן אינוואדירט דעם איבערישן האלבאינזל ערשט אין יאר 219 פאר דער ציווילער רעכענונג. אין די לעצטע טעג פון יוליוס קייסער האט מען אנעקסירט כמעט דעם גאנצן האלבאינזל צו דער רוימישער רעפובליק. די קארטגינער, די קעגנער פון רוים ביי די פונישע מלחמות זענען געווארן אוועקגעטריבן פון זייערע בארטן־קאלאניעס.

אין אנהייב פונעם 5טן יארהונדערט האבן גערמאנישע שבטים אינוואדירט דעם איבערישן האלבאינזל און דארט האבן זיי אויפגעשטעלט זייער קעניגרייך.

אין יאר 711 האבן די מורן אינוואדירט דעם איבערישן האלבאינזל וואס איז דעמאלסט געווארן א טייל פונעם אומאיאדישן כאליפאט, און איז געבליבן אונטער די מוסולמענער ביז 1249. די אומאיאדן האבן באזיגט די וויזיגאטן און האבן זיך פארשפרייט איבערן האלבאינזל. אין יאר 750 איז דער אומאיאדישער כאליפאט איינגעפאלן און דער האלבאינזל איז געבליבן אין דעם עמיראט פון קארדאבע.

אין 1910 איז פארטוגאל געווארן א רעפובליק. אין 1926 האט די מיליטער איבערגענומען די רעגירונג און פון דעמאלסט האט געהערשט אין פארטוגאל א פאשיסטישע רעגירונג ביז 1974, ווען א לינקע מיליטערישע רעוואלוציע האט איבערגעקערט די רעגירונג און געפירט דאס לאנד צו ווערן א דעמאקראטיע.

אין 1975 האט פארטוגאל באפרייט זיינע קאלאניעס: מאזאמביק, אנגאלא, גינע-ביסאו, די קאפווערדישע אינזלען און סאא טאמע און פרינסיפע.

פארטוגאל איז אריין אינעם אייראפעישן פארבאנד אין 1986.

געאגראפיע רעדאַקטירן

די טעריטאריע פון פארטוגאל שליסט איין א שטח אינעם איבערישן האלבאינזל און צוויי ארכיפעלאגן אינעם אטלאנטישן אקעאן: די ארכיפעלאגן פון מאדירא און די אזארן. פארטוגאל ליגט צווישן די גארטל־ליניעס 32º און 43ºN, און די מערידיאנען 32º און 6ºW.

קאנטינענטאלער פארטוגאל ווערט צעשפאלטן דורך זיין הויפט טייך, דער טאגוס, וואס פליסט פון שפאניע און לאזט אויס זיין וואסער אין דער טאגוס לעפצונג, אין ליסאבאן, און פון דארטן אין אטלאנטישן אקעאן אריין. דער צפון טייל פון לאנד איז בערגיק אבער אינעם דרום טייל געפינען זיך פלוינען.

דער העכסער שפיץ אין פארטוגאל איז בארג פיקא אויפן אינזל פיקא אין די אזארן. דער בארג איז אן אוראלטער וואולקאן, הויך 2,351 מעטער.

קלימאט רעדאַקטירן

רוב טיילן פון פארטוגאל האבן א מיטללענדישן קלימאט. פארטוגאל איז פון די ווארעמסטע לענדער אין אייראפע. אין ווינטער פאלט שניי אין די צפון און צענטראלע געגנטן פון לאנד.

פארטוגאל באקומט צווישן 2500 און 3200 שעה'ן זון א יאר.

רעגירונג און אדמיניסטראציע רעדאַקטירן

פארטוגאל איז א דעמאקראטישע רעפובליק זייט דער קאנסטיטוציע פון 1976 מיט זיין הויפטשטאט אין ליסבאן, די גרעסטע שטאט. די קאנסטיטוציע טיילט די קראפטן צווישן פיר קערפער: דער פרעזידענט פון דער רעפובליק, די רעגירונג, די פארזאמלונג פון דער רעפובליק און די געריכטן.

דער פרעזידענט, וואס איז דער עקסעקוטיוו, ווערט געוויילט אויף א קאדענץ פון פינעף יאר; דער היינטיקער פרעזידענט איז מארסעלא רעבעלא דע סאזאַ. די פארזאמלונג פון דער רעפובליק איז א פארלאמענט פון איין קאמער מיט 230 דעפוטאטן וואס מען וויילט פאר א קאדענץ פון פיר יאר. די רעגירונג באשטייט פונעם פרעמיער מיניסטער (היינט אנטאניא קאסטאַ) און מיניסטארן און שטאַט־סעקרעטארן.

עקאנאמיע רעדאַקטירן

מער ווי העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז באַשעפֿטיקט מיט לאַנדװירטשאַפֿט. מען װאַקסט תבואה, גרינסן, פֿרוכט (מערסטנס ווײנשטאקן פֿאַר װײן און ראזשינקעס), איילבירט ביימער און קארק ביימער. אויך פאמידארן, גערשטן, ניס, קארשן, עסבארע שוועמלעך, עופות און רינדערפלייש. די הױפט צוויגן פון אינדוסטריע זענען סארדינען, ראזשינקעס און אייבירט בוימל. פארטוגאל האט רעסורסן פֿון קויל, אייזן, קופער, טונגסטן און צין.

אין 1986 איז פארטוגאל געװארן א מיטגליד אינעם אייראפעישן פארבאנד, און אין 1999 האט ער אויפגענונעמן דעם איירא (€) אנשטאט דעם פארטוגעזישן עסקודא. די צענטראלבאנק פון פארטוגאל איז באנקא דע פארטוגאל, וואס געהערט צו דער אייראפע־סיסטעם פון צענטראלבענק.

פארטוגאל איז דער וועלט׳ס פירנדיקער פראדוצירער פון פראפן. אויך פראדוצירט ער קופער, צין, טונגסטן און אוראניום.

פארטוגאל האט א שטארקע טראדיציע אינעם פישעריי סעקטאר און איז פון די לענדער מיטן גרעסטן פארניץ פון פיש פאר א מענטש.

טוריזם רעדאַקטירן

פארטוגאל איז פון די צוואנציק מערס באזוכטע לענדער אין דער וועלט, מיט א דורכשניט פון 13 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן א יאר. די הויפט טוריסט־צילן זענען, ליסבאן, אלגארוו, מאדירא און פארטא.

טראנספארט רעדאַקטירן

פארטוגאל האט א נאציאנאלע באן־סיסטעם וואס ציט זיך דורכן גאנצן לאנד און אויך אין שפאניע אריין.

קאנטינענטאלישער פארטוגאל האט פיר אינטערנאציאנאלע פליפארטן לעבן די שטעט ליסבאן, פארטא, פארא און בעזשא.

ענערגיע רעדאַקטירן

פארטוגאל האט היבשע רעסורסן פון ווינט און טייך קראפט, וואס זענען די צוויי מערסט קאסטן-עפעקטיווע באנייבאר קוואלן. אין 2008 האט פארטוגאל פראדוצירט 43% פון זיין באניץ פון עלעקריע.

דעמאגראפיע רעדאַקטירן

לויטן צענזוס פון 2011 האט פארטוגאל געהאט א באפעלקערונג פון 10,562,178 (פון זיי 48% זכרים און 52% נקיבות). נאכדעם וואס פארטוגאל האט פארטריבן די מורן און די יידן איז דאס לאנד געבליבן מיט איין רעליגיע (קאטאליציזם) און איין שפראך (פארטוגעזיש). טראצדעם זענען געבליבן טייל יידן אין פארטוגאל על תנאי פון זיך שמד׳ן און עטלעכע האבן ווייטער געהיטן יידישקייט אויף א געהיימען אופן, למשל די יידן פון בעלמאנטע, וואס פירן זיך היינט אפנטלעך יידיש. די פארטוגעזער זענען אן איבערישע עטנישע גרופע.

יידן אין פארטוגאל רעדאַקטירן

די ערשטע ידיעות וועגן יידן אין פארטוגאל זענען פונעם 12טן יארהונטדערט ווען שוין דעמאלסט האבן די שטעט ליסבאן, בעזשא און סאנטארע געהאט יידישע פערטלן. אין 1492, בשעת דעם גירוש פון די יידן פון שפאניע, האט מען דערלויבט 150,000 יידן פון שפאניע זיך צו באזעצן אין פארטוגאל נאכן צאלן א היבשן אפצאל צו דער רעגירונג. אין 1521 האט אנגעהויבן פועל׳ן אין פארטוגאל די פארטוגעזישע אינקוויזיציע. אפיציעל זענען נישט געבליבן נאכהער קיין יידן אין פארטוגאל, אבער א סך האבן געלעבט ווי אנוסים און האבן געהיטן יידישקייט געהיימלעך. א סך פון די האנוסים אין פארטוגאל האבן עמיגרירט קיין מאראקא, סאלאניקי, אמסטערדאם, בראזיל און אין דער אטאמאנישער אימפעריע, וואו זיי האבן געלעבט אפנטלעך ווי יידן.

צוויישן די פארטוגעזישע אנוסים ווערן גערעכנט דער מאטעמאטיקער פעדרא נונעז און דער דאקטער גארסיע ד׳ארטע.

אין ערשטן יארצענדלינג פונעם 21סטן יארהונדערט זענען געווען אין פארטוגאל 750 יידן, מערסטנס אין ליסבאן.

קולטור רעדאַקטירן

פארטוגאל האט אנטוויקלט זיין אייגענע קולטור וואס איז אבער געווארן באאיינפלוסט דורך די פארשידענע ציוויליזאציעס וואס זענען אדורך דעם מיטלענדישן ים און דעם אייראפעאישן קאנטינענט.

צווישן די נייע קולטורעלע אנשטאלטן זענען דער בעלעם קולטורעלער צענטער אין ליסבאן און די סעראלוועס פונדאציע און קאסא דא מוסיקא אין פארטא.

פארטוגאל איז די היים פון פופצן אונעקסא וועלט ירושה ערטער, דער אכטער אין אייראפע און 17טער אין דער וועלט.

ארכיטעקטור רעדאַקטירן

דער טראדיציאנעלער ארכיטעקטור האט דעם מאנועלין סטיל וואס שטאמט פון די ערשטע יארצענדלינגען פונעם 16טן יארהונדערט. א טיפישער ביישפיל פון דעם ארכיטעקטור איז דער בעלעם טורעם.

ליטעראטור רעדאַקטירן

פארטוגעזישע ליטעראטור איז פון די ערשטע מערבדיקע ליטעראטורן. איינער פון די ערשטע דראמאטורגן איז געווען זשיל וויסענטי (1465-153). דער דיכטער לואיז וואז די קאמויס (1524-1580) האט געשריבן די עפישע פאעסיע Os Lusíadas (די לוסיאדן). זשאזע סאראמאגא האט באקומען דעם נאבעל פריז פאר ליטעראטור אין 1998.

ספארט רעדאַקטירן

פוטבאל איז דער פאפולערסטער ספארט אין פארטוגאל.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. Melvin Eugene Page, Penny M. Sonnenburg, p. 481
  2. ערשטע גלאבאלע אימפעריע. Guinnessworldrecords.com. דערגרייכט דעם ‏18טן אפריל 2014.
  3. וואס איז געווען די פארטוגעזישע אימפעריע?. Empires.findthedata.org. דערגרייכט דעם ‏18טן אפריל 2014.