יידישער לוח

(אַריבערגעפֿירט פון יידישע יאר)

דער אידישער לוח איז א יערליכער קאלענדאר וואס האט אין זיך די טעג, חדשים און יאר, ווי אויך די פרשת השבוע און יומ־טובים. עס קען אויך האבן אין זיך יארצייטן, דף היומי, חק, און אנדערע טעגליכע באזירטע שיעורים.

עס זענען געווען צוויי פארמען פון דעם אידישן לוח, דער ערשטער ווען דער בית המקדש איז געשטאנען און עס איז נאך געווען די סנהדרין און ירושלים דאן האט מען געמאכט די חדשים לויט ווען מען האט געזען די נייע לבנה. שפעטער ווען די סנהדרין איז בטל געווארן האט מען אנגעהויבן מאכן דעם לוח לויט דער רעכענונג פון דער דורכשניטליכער צייט פון איין נייער לבנה צו דער אנדערער.

דער היינטיקער לוח איז דער וואס מען "רעכענט" די באנייעונג פון דער לבנה, און איז צום ערשטן מאל באשריבן באריכות דורך דעם רמב"ם אין הלכות קידוש החודש.

דער אידישער קאלענדאר איז א קאלענדאר וואס גייט סיי לויט דער זון און סיי לויט דער לבנה, צוליב דעם וואס א יאר פון דער זון איז מער פון 12 לבנה מאנאטן מיט בערך 11 טעג, לייגט מען צו 7 חדשים אין א דורכגאנג פון 19 יאר. וואס דורך דעם גלייכט זיך דאס אויס.

וויבאלד דאס אלץ גייט לויט ירושלים איז די ווינטער אדער זומער לויט די צפונדיגער טייל פון דער וועלט.

היסטאריע

רעדאַקטירן

דער לוח איז א מצווה אין דער תורה צו האלטן, אין פרשת בא זאגט די תורה החודש הזה לכם ראש חדשים און פון דאן אן האלטן יידן דעם לוח.

די יסודות פון דעם לוח

רעדאַקטירן

א טאג אין דעם לוח פאנגט זיך אן מיט די זון אונטערגאנג און ענדיגט זיך מיט דער זון אונטערגאנג, אנדערש ווי דער גרעגאריאנישער קאלענדאר וואס פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך ביי מיטנאכט. אין די תורה זען מיר אז די תורה אין בראשית זאגט ויהי ערב ויהי בקר וואס ווייזט אז די טאג פאנגט זיך אן פון באנאכט. אויך ביי די פרשה פון יום כיפור זאגט די תורה בתשעה לחודש בערב, מערב עד ערב תשבתו שבתכם וואס ווייזט אויך אז די טאג פאנגט זיך אהן פון ביינאכט.

דער מאנאט אדער חודש פון דעם אידישן לוח איז געבויעט אויף דעם וועג פון דער לבנה, און די רעכענונג איז אז די דורכשניטליכע צייט פון איין נייע לבנה ביז די צווייטע נייע לבנה איז 29 טעג מיט 12 שעה'ן מיט 793 טיילן צו א שטונדע אויב מען צעטיילט א שטונדע אין 1080 טיילן, וואס קומט אויס צו 44 מינוט און איין טייל, יעדע טייל איז 3 מיט א דריטל סעקונדעס. א מולד ווערט אנגערופען די צייט פון דער לבנה באנייאונג. און פאר א לוח ווערט פארשריבן אזוי: א-ב-ג. א=דער טאג אין דער וואך, ב= די שטונדע (שעה) אין דעם טאג א טאג פאר דער מולד פאנגט זיך אן 6 ביינאכט און ענדיגט זיך 6 ביינאכט מאכט נישט אויס וועלכע צייט אין די יאר, ג=טיילען (חלקים) צו די שעה. די רעכענונג איז זייער נאנט און פינקטלעך צו וואס מען ווייסט היינט. וויבאלד א חודש דארף זיין גאנצע טעג איז א חודש אדער 29 אדער 30 טעג.

אין תנ"ך ווערט נאר דערמאנט נעמען פאר פיר חדשים, די איבריגע ווערן אלעמאל אנגערופען מיט א נומער ניסן זייענדיג די ערשטע. די פיר נעמען וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך:

  1. אביב - ניסן
  2. זיו - אייר
  3. איתנים - תשרי
  4. בול - חשוון

די איבריגע און היינטיגע נעמען זענען בבלישע נעמען וואס מען האט אנגעפאנגען ניצן אין גלות בבל.

די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')


דאס יאר אין דעם אידישן לוח איז געבויעט אויף די פיר סעזאנען פון דעם יאר, אבער וויבאלד א יאר מוז זיין פון חדשים, זענען דא נאר 12 חדשים צו א יאר. אין דער תורה פרשת ראה שמור את חדש האביב וואס פון דעם זעהט מען אז ניסן מוז אלעמאל זיין פרילינג, אבער וויבאלד די זון יאר איז לענגער פון 12 אידישע מאנאטן מיט בערך 11 טעג קען זיך דאס רוקען, דארפאר יעדעס מאל וואס די 11 איבריגע טעג זאמלען זיך אהן צו א חודש לייגט מען צו נאך א חודש צו יענע יאר. א יאר וואס האט 13 חדשים הייסט א שנה מעוברת, אדער א שוואנגערדיגע יאר.

יאר ציילונגען

רעדאַקטירן

די היינטיגע יאר ציילונג אין דעם אידישן לוח איז וואס מען ציילט פון ווען די וועלט איז באשאפן געווארן, דאס באשטומען דאס יאר איז געבויעט אויף וואס ווערט אנגערופען מולד תוהו וואס מיינט די מולד פון ראש השנה די יאר פאר וועלט באשאפונג. דאס איז אלעס געבויעט אויף די ספר סדר עולם פון ר' יוסי בן חלפתא, ווי דארטן באשרייבט ער יעדע יאר פון וועלט באשאפונג ביז אנדריונס קיסר.

באשטימען א יאר

רעדאַקטירן

צו שרייבן דאס יאר איז דא עטליכע געזעצן. ערשטנס, ראש השנה דארף זיין אין דעם טאג פונעם מולד (כאטש ווען די סנהדרין האבן געמאכט די חדשים לויט וואס מען האט געזען די לבנה איז ראש השנה אלעמאל אויסגעקומען נאך דעם טאג פונעם מולד). ראש השנה קען נישט באשטימט ווערן אין די פאלגנדע טעג/צייטן:

  1. לא אד"ו, ראש השנה קען נישט באשטימט ווערן אויף א זונטאג, מיטוואך, אדער פרייטאג.
  2. מולד זקן, א מולד וואס קומט אויס נאך 12 מיטאג קען מען נישט באשטימען ראש השנה יענעם טאג.
  3. ג-ט-ר"ד, א מולד וואס קומט אויס דינסטאג נאך 3 אזייגער מיט 204 חלקים צופרי אין א געהעריגן יאר קען מען נישט באשטימען ראש השנה.
  4. ב-ט"ו-תקפ"ט, א מולד וואס קומט אויס מאנטאג נאך 9 אזייגער מיט 589 חלקים אין א געהעריג יאר וואס איז נאך א עיבור יאר, טוט מען נישט באשטימען ראש השנה אין יענעם טאג.

אויב דער מולד קומט אויס אין איינע פון די אויבערדערמאנטע טעג שטופט מען אפ ראש השנה צום קומענדיגן טאג, און אויב איז דער קומענדיגער טאג איז איינער פון אד"ו דאן שטופט מען אפ נאך א טאג. די צאל פון טעג אין א יאר ווייסט מען דורכדעם וואס מען רעכנט אויס וועלכער טאג אין דער וואך וועט ראש השנה פון דעם לויפנדיגן יאר און פון דעם קומעדיגן יאר אויסקומען, לויט די חשבונות פון פריער קומט אויס אז די צאל פון טעג אין א יאר קען זיין איינע פון די זעקס:

  1. 353 פאר א געהעריגע יאר - דאס הייסט א פעלנדיג יאר (חסרים)
  2. 354 פאר א געהעריגע יאר - דאס הייסט א געהעריג יאר (כסדרן)
  3. 355 פאר א געהעריגע יאר - דאס הייסט א פול יאר (מלאים)
  4. 383 פאר א שנה מעוברת - דאס הייסט א פעלנדיג יאר (חסרים)
  5. 384 פאר א שנה מעוברת - דאס הייסט א געהעריג יאר (כסדרן)
  6. 385 פאר א שנה מעוברת - דאס הייסט א פול יאר (מלאים)

לויט דעם קומט אויס אז נישט אלע חדשים האבן די זעלבע צאל טעג אין זיך, און אז נישט אלע חדשים איז אלעמאל די זעלבע צאל טעג. דערפאר האט מען געמאכט אז 6 חדשים זאלן האבן 29 (חסר) טעג און די אנדערע 6 30 (מלא) טעג, און עס איז אויסגעשטעלט אנגעפאנגען פון ניסן אלס מלא איינס מלא און די קומעדיגע חסר. א יאר וואס איז חסרים האט חשוון מיט כסליו ביידע 29 טעג, א יאר וואס איז כסדרן האט חשוון 29 און כסלו 30 טעג, און א יאר וואס איז מלאים האבן חשוון מיט כסליו ביידע 30 טעג.


די חדשים

רעדאַקטירן
אידישע חדשים מיט זייערע נעמען און די צאל טעג וואס זיי האבן
נומער נאמען לענג
1 ניסן 30
2 אייר 29
3 סיון 30
4 תמוז 29
5 אב 30
6 אלול 29
7 תשרי 30
8 חשוון 29/30
9 כסלו 29/30
10 טבת 29
11 שבט 30
12 אדר א' (נאר דא אין א שנה מעוברת) 30
13 אדר ( אין אן עיבור יאר אדר ב') 29

דער חשבון פון אפשטופן

רעדאַקטירן

די סבה פארוואס אויב די מולד איז אין איינע פון די פיר אויבערדערמאנטע צייטען שטיפט מען אפ ראש השנה איז ווי פאלגנד:

מולד זקן ווען דער מולד געפאלט נאך דער 18טער שעה אין טאג (12 מיטאג) שטופט מען דאס אפ, ווייל ווען מען פלעגט נאך מאכן ראש חודש לויט ווען מען האט געזען די נייע לבנה, וואלט אזא חודש קיינמאל נישט געקענט אויסקומען, ווייל די נייע לבנה דערקענט זיך קיינמאל נישט פאר 6 שעה.

ב-ט"ו-תקפ"ט, און ג-ט-ר"ד ביידע האבן בערך די זעלבע סיבה, אויב וועט מען מאכן אין א געהעריג יאר ווען דער מולד איז דינסטאג נאך דער 9טער שעה מיט 204 חלקים, דאן וועט דאס קומענדיגע יאר אויסקומען דער מולד פאר ראש השנה און שבת נאך דער 18טער שעה, וואס וועט מאכן אז מען זאל דאס אפשטופן ביז מאנטאג (זונטאג קען ראש השנה נישט זיין וועגן לא אדו ראש), וואס דאן וועט אויסקומען אז דאס יאר איז לאנג 356 טעג, וואס איז נישט מעגליך מיט די כללים פון פריער, עס איז איין טאג צו לאנג, דערפאר מאכט מען דאס יאר איין טאג קירצער דורך אפשטופן ראש השנה מיט איין טאג.

ב-ט"ו-תקפ"ט נאך א שנה מעוברת האט כמעט די זעלבע סבה, ווייל אויב וועט מען יא מאכן ראש השנה יענע טאג אין א מאנטאג, וועט די יאר פריער האבן 382 טעג, וואס איז אויך קעגן די כללים דערפאר דארף מען דאס אפשטיפען נאך א טאג, אזוי אז דער יאר איז 383 טאג לאנג.

לא אד"ו ראש ראש השנה קען נישט באשטימט ווערן זינטאג, מיטוואך, אדער פרייטאג, די סיבות זענען ווי פאלגנד:

זונטאג, אויב וועט מען באשטימען ראש השנה זינטאג, דאן וועט אויסקומען אז הושענא רבה וועט זיין שבת און שבת טאר מען נישט קלאפן די הושענות, און וויבאלד די צדוקים האבן נישט געהאלטן פון די הושענות וועגען עס איז א הלכה למשה מסיני און שטייט נישט ארויס אין דער תורה, און עס וואלט זיך געקענט מאכן צוויי יאר איינס נאכן צווייטן וואס זאל אויסקומען אזוי און דאן וואלט געווען א מעגליכקייט אז מען זאל דאס פארגעסן, האבן די חכמים מתקן געווען אז מען זאל נישט באשטימען ראש השנה אויף א זונטאג. רמב״ם האט אן אנדער טעם (בעיקר ווייל עס זאל שטימען מיט דעם ריכטיגן מולד) אבער רוב ראשונים קריגן זיך מיט אים איבער דעם.

מיטוואך און פרייטאג מען באשטימט נישט ראש השנה מיטוואך אדער פרייטאג וועגן דעם ווייל דאן וואלט יום כיפור אויסגעקומען אדער פרייטאג אדער זונטאג, וואס ביידע מאל מיינט דאס אז מען קען נישט טאן קיין מלאכה פאר צוויי טעג איינס נאכן צווייטן, דערפאר האבן די חכמים מתקן געווען מען זאל דאס אפשטופן.

שנה מעוברת

רעדאַקטירן

ווי שוין פריער דערמאנט פארלאנגט די תורה אז מען זאל זיכער מאכן אז ניסן זאל זיין פרילינג, וויבאלד עס שטימט נישט ווייל א יאר איז בערך 11 טעג לענגער ווי 12 חדשים פון די לבנה, לייגט מען צו יעדעס מאל, וואס עס איז דא א גאנצער חודש, נאך א חודש צום יאר, אזוי אז יענע יאר האט 13 חדשים.

די געזעצן פון מאכן א שנה מעוברת

ווען עס איז דא 30 טעג לייגט מען צו נאך א אדר, מען לייגט צו אדר ווייל דאס איז פאר ניסן, אזוי אז ניסן זאל אויסקומען אין פרילינג. לויט תקופת ר שמואל וואס איז די רעכענונג פון די לוח ווי לאנג א יאר פין 4 סעזענאן איז, קומט אויס אז א יאר פון די זון איז 365 טעג מיט 6 שעה. לויט דעם קומט אויס אז אין יעדע 19 זון יאר פעלט נאר 1 שעה מיט 485 חלקים (וואס די לבנה יאר איז אונטער די זון יאר) אויב מען לייגט צו 7 חדשים צו די 19 יאר אזוי אז עס זאל זיין 235 חדשים (19 מאל 12 איז 228 מיט 7 חדשים איז 235). די 19 יאר ווערט אנגערופען א מחזור, און אין יעדע מחזור מאכט מען 7 שנה מעוברת, אויף די פאלגנדע וועג: די 3טע, 6טע, 8טע, 11טע, 14סטע, 17סטע, און 19סטע יאר זענען שנה מעוברת. דאס הייסט אז ה'תשס"ו וואס איז 5766 איז נישט קיין שנה מעוברת ווייל עס איז: די 303טע מחזור (303 מאל 19 איז 5757), און פון 5757 ביז 5766 איז 9 יאר, אבער ה'תשס"ה איז יא א שנה מעוברת ווייל עס איז די 8טע יאר. עס זענען דא פארשידענע מנהגים וואס גייט אן אין אדר און אין א שנה מעוברת האלט מען דאס אין איינע פון די צוויי אדר'ס אבער נישט ביידע. פורים איז אלעמאל די צווייטע אדר, יארצייטן האלט מען די ערשטע אדר, געבורטס טאג האלט מען די צווייטע אדר. אויב עס איז געשען אין א שנה מעוברת (למשל איינער וואס איז געשטארבן אין א שנה מעוברת) דאן האלט מען די יארצייט אין די זעלבע אדר וואס ער איז גשעטארבן, און אין א געהעריגע יאר האלט מען דאס אין די איינע אדר וואס עס איז דא.

יום־טובֿים און די טעג פון די וואך

רעדאַקטירן

לויט די אויבענדערמאנטע חשבונות קומט אויס אז עס זענען דא געוויסע טעג וואס יומ־טובים קענען נישט אויסקומען. וויבאלד די לענג פון אדר ב' (אדער אדר אין א געהעריגע יאר) ביז ראש השנה איז אלעמאל די זעלבע, און לא אד"ו ראש קומט אויס אז יעדע יום טוב פון ראש חודש אדר ב' האט דריי טעג אין וואך וואס עס קען נישט אויסקומען. אבער די יומ־טובים פון ראש חודש חשוון ביז ראש חודש אדר ב', וויבאלד די לענג איז נישט אלעמאל די זעלבע - עס קען זיין 29/30 טעג אין חשוון/כסליו, און עס קען זיין א אדר א' - האבן די יומ־טובים נישט דריי טעג וואס זיי קענען נישט אויסקומען. פאלגנד איז א ליסטע פון די טעג אין די וואך וואס יומ־טובים קענען אויסקומען, אלע יומ־טובים פון ראש חודש אדר און ווייטער ווענדט זיך אין די קומענדיגע ראש השנה.

חנוכה, עשרה בטבת, און ט"ו בשבט זענען אלע א אויסנאם צו די 3 טעג וויבאלד זיי זענען צווישן ראש חודש חשוון און ראש חודש אדר. חנוכה קען אויסקומען אין אלע טעג חוץ פון דינסטאג, עשרה בטבת קען אויסקומען אלע טעג חוץ פון מאנטאג און שבת, און ט"ו בשבט קען אויסקומען אלע טעג חוץ פון זונטאג און פרייטאג.

עיגול דרבי נחשון

רעדאַקטירן

רבי נחשון גאון ברענגט אז נאך 13 מחזורים פון 19 יאר, ד"ה נאך 247 יאר, הייבט אן ווידער א מאל דער זעלבער סדר פון קביעות'ן פון יארן. דאס ווערט גערופן "עיגול דרבי נחשון" (רבי נחשונס קרייז). לויט דעם האט רבי יעקב בן אשר אויסגעלייגט א טאבעלע פון 247 יאר מיט זייערע קביעותן, וואס איז געדרוקט אין טור אורח חיים ביי הלכות ראש חודש. אין יאר תרס"ה האט מען אויסגעטראפן אז דער חשבון שטימט נישט אינגאנצן, און מ'האט געדארפט מאכן אן אנדער קביעות נישט וויאזוי עס שטייט אין טור; דאס איז צוליב דעם ווייל דער חשבון פון 247 יאר איז נישט אינגאנצן גענוי, נאר עס פעלט 50 מינוט פון די גאנצע וואכן.

די מחלוקה וועגן באשטימען ראש השנה אין די צייטן פון ר' סעדיה גאון

רעדאַקטירן

אין די צייטן פון ר' סעדיה גאון האט אויסגעבראכן א גרויס מחלוקת איבער באשטימען ראש השנה פון יאר ד'תרפ"ג. ר' סעדיה גאון איז דאן געווען דער גרעסטער ראש ישיבה אין בבל. אין דער צייט איז געווען אין ארץ ישראל א גאון ר' אהרן בן מאיר, ער איז געווען דער ראש ישיבה אין ארץ ישראל, לויט זיין דעה וואלט ראש השנה פון תרפ"ג נישט געדארפט ווערן אפגעשטופט און לויט ר' סעדיה גאון וואלט עס יא געדארפט ווערן אפגעשטופט, מען האט זיך ארום געשיקט בריוון דורך דעם גאנצן יאר תרפ"ב, און די מחלוקה האט נאר געברענט ווייטער און ווייטער, בן מאיר האט גע'טענה'ט אז וויבאלד קביעות החדש געהערט פאר ארץ ישראל, און דא איז דא א מחלוקה וועגן קביעות החדש דארף מען טאן לויט די ארץ ישראל'דיגע. ר' סעדיה האט אבער געהאלטן אז דאס איז נאר ווען מען איז מקדש לויט וואס מען זעהט, אבער ווען מען ניצט חשבון גילט נישט דער כלל, דערפאר דארף מען זיך נישט רעכענען מיט דעם וואס ער וואוינט אין ארץ ישראל. די מחלוקה האט אזוי אנגעהאלטן ביז תרפ"ה ווען רוב ארץ ישראל'דיגע האבן געטאן וואס בן מאיר האט געהאלטן און די חוץ-לארץ'דיגע האבן געטאן ווי ר' סעדיה גאון, אין תרפ"ה האט זיך די מחלוקה אפגעשטילט מיט דעם ר' אהרן איז נפטר געווארן פלוצלונג פאר פסח (מספר יוחסין הקדמון), און למעשה האבן די פוסקים הקדמונים והאחרונים אנגענומען ר' סעדיה גאון'ס שיטה.

פעלענדיגע יארן אין די אידישע יאר ציילונג

רעדאַקטירן

עס איז דא א לאך פון בערך 165 יאר צווישען די ציילונג וואס די אידישע לוח ציילט וואס איז געבויעט אויף סדר עולם פון ר' יוסי בן חלפתא, און די ציילונג וואס איז היינט באוואוסט פאר די וויסענטשאפטלער. די עיקר לאך איז ווען די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן, לויט סדר עולם איז עס חרוב געווארן אין ג'של"ח (3338) וואס איז 421 פאר די אלגעמיינע ציילונג, אבער לויט די פארשער איז עס חרוב געווארן 586 פאר די אלגעמיינע ציילונג דאס איז 165 יאר לאך.

צוויי יאר וואס שטימען נישט

רעדאַקטירן

מיר ציילן היינט אז דאס יאר פון מולד תוהו (וואס איז דער מולד פון חודש תשרי פון איין יאר איידער אדם הראשון איז באשאפן געווארן) אלס יאר נומער 1, און דאס יאר וואס אדם הראשון איז באשאפן געווארן אלס יאר נומער 2, אבער אין סדר עולם ברענגט דער תנא בלויז די צאל יארן צווישן איין געשעעניש אין דעם צוויטן, נאטורליך קומט אויס אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן שנת 0. כראנאלאגיע שרייבער רעכענען זיך נישט מיט דער נקודה, און דערפאר איז דער גאנצער ערשטער העלפט פון סדר הדורות אדער צמח דוד פארגרייזט.[1]

פארענטפערן די צווישנשייד פון 165 יאר

רעדאַקטירן

עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז עס איז א טעות, און די טעות נעמט זיך פון דעם וואס די נביאות פון דניאל קען זיין געטייטשט אז עס וועט זיין 490 יאר פון חורבן בית ראשון ביז חורבן בית שני, און רעכענונג צוריקוועגס קומט אויס די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן אין 3338. אנדערע ווילען זאגן אז די פסוקים אין דניאל זענען טאקע די סבה פאר די פעלענדיגע יארן, אבער נישט בטעות נאר עס איז געטאן געווארן דווקא כדי מען זאל נישט קענען אויסרעכענען ווען משיח וועט קומען, וואס איז וואס די פסוקים אין דניאל רעדן פון. דאס איז אויך געווען אן אנטסיעמיטישע סיבה וואס די קריסטן האבן געזאגט אז די אידען האבן געטאן כדי צו פארדרייען די נביאות אין יענע פסוקים פון דניאל ווייל עס גייט ארויף אויף יעזוס.

וועלכע יארן זענען די ריכטיגע

רעדאַקטירן

עס איז נישט מעגליך אז ביידע זאלן זיין ריכטיג דארפאר דארף מען זען וועלכע נעמט מען אהן. עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם אידישן לוח, ווייל דאס איז אלעס געבויעט אויף סדר עולם אָן דרויסענדיגע מקורות אויף דעם, חוץ תנ"ך. דערפאר רעכענען פארשער די יארן לויט די ווערק פון אלטע גריכישע שרייבער און פארשער, אלטע ווערק פון בבלישע קעניגען, און פרס'ישע מקורות וואס ווייזט ווער עס איז געווען הערשער ווען. אסאך פארשער לייגן אהן די פעלענדיגע יארן אויף די פאקט אז דורך די פרסישע הערשאפט איז געווען ווייניג פארשריבען ביי די אידישע חכמים, און די אידישע חכמים האבן נאר א חשבון פון עטליכע 20 יאר פון פרסישע הערשאפט, אין דער צייט וואס פארשער האבן איבער 200 יאר פון פרסישע הערשאפט.

די וואס האלטן פון די אידישע לוח פרעגן אף די פארשער אז זייער זאכן זענען אויך געבויעט אויף גריכישע פארשער וואס האבן דאס נאר געוואוסט פון מויל צו מויל און נישט פון געהעריגע פארשריבענע מקורות וואס אויב אזוי איז דאס זיך פארלאזן נאר אויף זיי און נישט אויף די אידישע תנ"ך סתם א איינזאטיגע וועג פון קוקען דערויף. אויף איז דא א שטארקע פראגע אויף די גאנצע פארבלעם, ביי פארשער איז אנגענומען אז א יום טוב איז א גוטע מקור אויף א געשעהעניש און אויף די צייט פון די געשעהעניש, און וויבאלד עס איז געווען נס פורים גלייך פאר אויפבויען פון בית שני, און מען האט דאן שויל געהאלטן די יום טוב פורים דאן קומט אויס אז מען האט א יום טוב באזירט אויף די געשעהעניש וואס מיינט אויך אז עס באשטעטיגט די יארן. אויך איז געווען שפעטערדיגע פארשער ווי נויטאן וואס האבן שטארק אפגעפרעגט די גריכישע און אנדערע אלטע פארשער, בעיקר ווייל זייערע יארן זענען געבויעט אויף אסטראנאמיע און זיי האבן לויט די שפעטערע פארשער נישט געקענט אסטראנאמיע צו גוט.


די פאלגענדע איז א טיילוויזע ליסטע פון ווי די אידישער לוח נעמט איר יאר ציילונג:

  • די יארן וואס זענען פארשריבען אין דער תורה.
  • מסורה פון יומ־טובים וואס מען האלט יעדע יאר און די יומ־טובים זענען וועגן א געשעהעניש אין א גוויסע יאר.
  • סדר עולם רבה, סדר עולם זוטא, סדר הדורות, און תולדות עם עולם.
  • די גמרא און ראשונים.
  • רמב״ם אין ספר היד ספר זמנים הל'
  • טור הל' ראש חודש
  • ספר יוסיפון.
  • די גריכישע און בבלישע פארשער אבער פארטייטשט אין אזא וועג אז זיי שטימען מיט די אידישער ציילונג.

וועבלינקען

רעדאַקטירן
  1. ארטסקרול גמרא מהדו' שוטנשטיין ערכין יג.