החא יאר
סארט יאָר אין יידישן קאלענדאר
א החא יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט החא הייבט אן דאנערשטיק (ה, דער פינפטער טאג פון דער וואך), איז "חסר" (ח) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 29 טעג, און פסח געפאלט זונטיק (א). א יאר פון סארט החא איז אן עיבור יאר און איז לאנג 383 טעג, מיט 55 שבתים.
א החא יאר איז איינע פון די זעלטנסטע סארט יארן, און פאסירט אין בערך 3.87% פון אלע יארן (דורכשניטלעך איין מאל אין 26 יאר).[1] לעצטנס האט פאסירט א החא יאר אין ה'תשס"ה און ה'תשס"ח, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תתי"ב.
דאס יאר נאך א החא יאר איז א גכה יאר.
ימים טובים
רעדאַקטירן- אין א החא יאר געפאלט ראש חודש אום שבת דריי מאל: ראש חודש מרחשון געפאלט פרייטיק און שבת (פרשת נח), ראש חודש אדר ב' געפאלט פרייטיק און שבת (פרשת פקודי) און ראש חודש אב געפאלט שבת (פרשת מסעי).
- חנוכה געפאלט פון מיטוואך ביז מיטוואך, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל דינסטיק אוונט.
- ט"ו בשבט געפאלט דינסטיק.
- פורים געפאלט פרייטיק (אין ירושלים פייערט מען פורים משולש פון פרייטיק ביז זונטיק).
- ל"ג בעומר געפאלט פרייטיק.
- שבועות געפאלט מאנטיק (און דינסטיק אין חוץ לארץ).
פאסט טעג
רעדאַקטירן- צום גדליה ווערט נדחה צו זונטיק, עשרה בטבת געפאלט מיטווך, אסתר תענית געפאלט דאנערשטיק, תענית בכורות ווערט געפעדערט צו דאנערשטיק, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב געפאלן ביידע זונטיק.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש