א בחג יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט בחג הייבט אן מאנטיג (ב, דער צווייטער טאג פון דער וואך), איז "חסר" (ח) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 29 טעג, און פסח געפאלט דינסטיק (ג). א יאר פון סארט בחג איז א פשוט יאר (נישט קיין עיבור יאר) און איז לאנג 353 טעג, מיט 50 שבתים.

א בחג יאר פאסירט אין 5.7% פון אלע יארן‏[1]. לעצטנס האט פאסירט א בחג יאר אין ה'תשנ"ג און ה'תשע"ג, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשע"ז.

ימים טובים

רעדאַקטירן
  • אין א בחג יאר געפאלט ראש חודש אום שבת צוויי מאל: ראש חודש שבט געפאלט שבת און ראש חודש תמוז געפאלט שבת און זונטיק.
  • חנוכה געפאלט פון זונטיק ביז זונטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל מוצאי שבת.
  • ט"ו בשבט געפאלט שבת.
  • פורים געפאלט זונטיק (אין ירושלים מאנטיק).
  • ל"ג בעומר געפאלט זונטיק.
  • שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטיק אין חוץ לארץ).

פאסט טעג

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן