זחג יאר

סארט יאר אין יידישן לוח

א זחג יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט זחג הייבט אן שבת (ש), איז "חסר" (ח) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 29 טעג, און פסח געפאלט דינסטיק (ג,דער דריטער טאג פון דער וואך). א יאר פון סארט זחג איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים) און איז לאנג 383 טעג, מיט 55 שבתים.

א זחג יאר פאסירט אין 5.8% פון אלע יארן.‏[1] לעצטנס האט פאסירט א זחג יאר אין ה'תשנ"ז, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשפ"ד.

ימים טובים

רעדאַקטירן
  • אין א זחג יאר געפאלט ראש חודש אום שבת צוויי מאל (אחוץ ראש השנה וואס געפאלט שבת): ראש חודש אדר א' געפאלט פרייטיק-שבת, און ראש חודש תמוז געפאלט שבת און זונטיק.
  • חנוכה געפאלט פון פרייטיק ביז פרייטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל דאנערשטיק אוונט.
  • ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטיק.
  • פורים געפאלט זונטיק (אין ירושלים מאנטיק).
  • ל"ג בעומר געפאלט זונטיק.
  • שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטיק אין חוץ לארץ).

פאסט טעג

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן