זחא יאר

א טיפ יאָר אין יידישן קאַלענדאַר

א זחא יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט זחא הייבט אן שבת (ז, דער זיבעטער טאג פון דער וואך), איז "חסר" (ח) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 29 טעג, און פסח געפאלט זונטיק (א). א יאר פון סארט זחא איז א פשוט יאר (נישט קיין עיבור יאר) און איז לאנג 353 טעג, מיט 51 שבתים.

א זחא יאר איז איינע פון די זעלטענע סארט יארן, און פאסירט אין 4.33% פון אלע יארן.‏[1] לעצטנס האט פאסירט א זחא יאר אין ה'תשס"א, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשפ"א.

ימים טובים

רעדאַקטירן
  • אין א זחא יאר געפאלט ראש חודש אום שבת צוויי מאל (אחוץ פון ראש השנה וואס געפאלט שבת): ראש חודש אדר געפאלט פרייטיק און שבת און ראש חודש אב געפאלט שבת.
  • חנוכה געפאלט פון פרייטיק ביז פרייטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל דאנערשטיק אוונט.
  • ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטיק.
  • פורים געפאלט פרייטיק (אין ירושלים פייערט מען פורים משולש פון פרייטיק ביז זונטיק).
  • ל"ג בעומר געפאלט פרייטיק.
  • שבועות געפאלט מאנטיק (און דינסטיק אין חוץ לארץ).

פאסט טעג

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן