הכז יאר
א הכז יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט הכז הייבט אן דאנערשטיק (ה, דער פינפטער טאג פון דער וואך), איז "כסדרה" (כ) דאס הייסט חשוון האט 29 טעג און כסלו האט 30 טעג, און פסח געפאלט שבת (ז). א יאר פון סארט הכז איז א פשוט יאר (נישט קיין עיבור יאר) און איז לאנג 354 טעג, מיט 51 שבתים.
א הכז יאר איז דער מערסט פארשפרייטער סארט יאר, און פאסירט אין 18% פון אלע יארן[1]. לעצטנס האט פאסירט א הכז יאר אין ה'תשע"ב, ה'תשע"ה און ה'תשע"ח.
ימים טובים
רעדאַקטירן- אין א הכז יאר געפאלט ראש חודש אום שבת דריי מאל: ראש חודש מרחשון געפאלט פרייטיק און שבת, ראש חודש ניסן געפאלט שבת און ראש חודש אלול געפאלט שבת און זונטיק.
- חנוכה געפאלט פון מיטוואך ביז מיטוואך, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל דינסטיק אוונט.
- ט"ו בשבט געפאלט מיטוואך.
- פורים געפאלט דאנערשטיק (אין ירושלים פרייטיק).
- ל"ג בעומר געפאלט דאנערשטיק.
- שבועות געפאלט זונטיק (אויך מאנטיק אין חוץ לארץ).
פאסט טעג
רעדאַקטירן- צום גדליה ווערט נדחה צו זונטיק, עשרה בטבת געפאלט דאנערשטיק, אסתר תענית געפאלט מיטוואך, תענית בכורות געפאלט פרייטיק, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב זענען ביידע נדחה פון שבת צו זונטיק.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש.