<< >> סיון תשפ"ד

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב
ג ד ה ו ז ח ט
י יא יב יג יד טו טז
יז יח יט כ כא כב כג
כד כה כו כז כח כט ל

לוח לשנת ה'תשפ"ד

אָנוויײַז: יום טוב


סיון איז דער דריטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער ניינטער חודש צו דער ציילונג פון יארן וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).

קביעות - קאלענדאר רעדאַקטירן

פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז סיון שטענדיג א פולער חודש (מלא): א חודש פון דרייסיג טעג.[3]

ראש חודש סיון איז שטענדיג איין טאג: דער ערשטער טאג פון סיון, וויבאלד אייר איז שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): ער האט שטענדיג נאָר ניין און צוואנציג טעג.

דער ערשטער טאג פון חודש סיון קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (א ג ד ו) זונטיק, דינסטיק, מיטוואך, פרייטיק.[4]

ו' סיון איז געגעבן געווארן די תורה, אויפן בארג סיני (לויט די חכמים, אדער ז' סיון לויט ר' יוסי).[5]

דער אינהאלט פון חודש רעדאַקטירן

דער צירוף פון חודש סיון גייט ארויס פון דער אנפאנג פון די ווערטער (ראשי תיבות) ידותיו ולצלע המשכן השנית[6] (שמות כו. יט. כ.).

דער מזל פון סיון ווערט אנגערופן תאומים.[7]

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. ר"ה ז' ע"א
  2. ר"ה ב' ע"א
  3. רמב"ם קידוש החודש פ"ה ה"ד ה"ה
  4. או"ח תכ"ח ב'
  5. שבת ע"ט ע"א
  6. משנת חכמים אייר סיון פ"ב א
  7. ספר יצירה פ"ה


די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')