א השא יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט השא הייבט אן דאנערשטיק (ה, דער פינפטער טאג פון דער וואך), איז "שלם" (ש) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 30 טעג, און פסח געפאלט זונטיק (א). א יאר פון סארט השא איז א פשוט יאר (נישט קיין עיבור יאר) און איז לאנג 355 טעג, מיט 51 שבתים.

א השא יאר איז דער זעלטנסטער סארט יאר, און פאסירט אין 3.3% פון אלע יארן, נאר אין א פשוט יאר ווען דער מולד איז דאנערשטיק צווישן 9 שעה מיט 204 חלקים (3:11:20 פארטאגט אויפן ירושלים לאקאלן זייגער‏[1]) און 18 שעה (12:00 מיטאג).‏[2] לעצטנס האט פאסירט א השא יאר אין ה'תשנ"ד, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תשפ"ה.

ימים טובים

רעדאַקטירן
  • אין א השא יאר געפאלט ראש חודש אום שבת דריי מאל: ראש חודש מרחשון געפאלט פרייטיק און שבת, ראש חודש אדר געפאלט פרייטיק און שבת און ראש חודש אב געפאלט שבת.
  • חנוכה געפאלט פון דאנערשטיק ביז דאנערשטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל מיטוואך אוונט.
  • ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטיק.
  • פורים געפאלט פרייטיק (אין ירושלים פייערט מען פורים משולש פון פרייטיק ביז זונטיק).
  • ל"ג בעומר געפאלט פרייטיק.
  • שבועות געפאלט מאנטיק (און דינסטיק אין חוץ לארץ).

פאסט טעג

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. 0:50:23.1 אויפן גריניטש זייגער
  2. לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש