הר המנוחות
הר המנוחות איז דער בארג נעבן גבעת שאול געגנט אין מערב ירושלים, עס איז דער הויפט בית החיים פאר ירושלים.
אינפֿארמאציע | |
---|---|
שטאט | ירושלים |
גרינדונג דאטע | 1951 |
שטח |
![]() |
קאארדינאטן | 31°47′53″N 35°10′40″E / 31.798133333333°N 35.177727777778°E קאארדינאטן: 31°47′53″N 35°10′40″E / 31.798133333333°N 35.177727777778°E |
![]() ![]() |
דאס בית עולם האט מען געעפנט אין יאר 1951, ווען מען האט נישט געהאט קיין צוטריט צו הר הזיתים. ס'איז איינגעטיילט צווישן די חברה קדישא׳ס פון די פרושים, חסידים און ספרדים.
צווישן די וואס ליגן אין דעם חלקת הרבנים אין הר המנוחות זענען דער בעלזער רב און הרב משה פיינשטיין.
רבנים וואס ליגן אין הר המנוחותרעדאַקטירן
- הרב אברהם אבא לייפער, דער פיטסבורגער רבי אין אשדוד, מחבר פון אמונת אברהם, איבא דאברהם
- הרב אהרן קאטלער, ראש ישיבה אין לייקוואוד, מחבר פון משנת רבי אהרן
- הרב אהרן רוקח, דער בעלזער רב
- הרב בנימין זאב יעקבזון, רב און עסקן פון בית יעקב
- הרב ברוך סאראצקין, ראש ישיבה פון דער טעלזער ישיבה אין קליוולאנד
- הרב דוד כדורי ראש ישיבת נחלת יצחק ירושלים
- הרב דוד עובדיה, רב פון צאפרו אין די שטעט ראבאט, פאס און מאראקעש אין מאראקא
- הרב זעליג ראובן בענגיס, אב"ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים
- הרב חיים יוסף דוד אזולאי דער חיד"א
- הרב יוסף שלום אלישיב, פון די פוסקי הדור
- הרב יחזקאל אברמסקי, ראב"ד אין לאנדאן
- הרב יהודה אשלג, דער בעל ה"סולם"
- הרב יצחק כדורי זקן המקובלים ראש ישיבת נחלת יצחק ירושלים
- הרב מרדכי אליהו, ראשון לציון און ספרדישער הויפט־רב פון ישראל
- הרב מרדכי שרעבי, ראש ישיבת נהר שלום
- הרב משה פיינשטיין, בעל אגרות משה און דברות משה
- משה קוסעוויצקי, חזן אין ווילנע
- הרב נתן צבי פינקל, ראש ישיבת מיר
- הרב עמרם בלויא, מייסד נטורי קרתא
- הרב עזרא עטייה, ראש ישיבה פון פורת יוסף
- הרב שלמה זלמן אויערבאך, ראש ישיבה פון קול תורה און פוסק
- הרב שמואל אהרן רובין
- הרב שמשון דוד פינקוס, מחבר פון תפארת שמשון, רב פון אופקים
וועבלינקעןרעדאַקטירן
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
הר המנוחות
געגנטן אין ירושלים