בית וגן
בית וגן איז א געגנט אין מערב ירושלים. די ארומיגע געגנטן זענען רמת בית הכרם, רמת שרת, גבעת מרדכי און קריית יובל.
שטאט | ירושלים |
---|---|
גרינדונג דאטע | 1926 |
שטח | |
קאארדינאטן | 31°46′06″N 35°11′01″E / 31.76833333°N 35.18361111°E קאארדינאטן: 31°46′06″N 35°11′01″E / 31.76833333°N 35.18361111°E |
געגרינדעט אין 1921 אין דער צייט פון דעם בריטישן מאנדאט אלס איינער פון די זעקס גאָרטן־געגנטן. ס'איז דעמאלסט געווען דער העכסטער פלאץ אין ירושלים, לעבן הר הרצל, און וועגען דעם איז דא אינמיטן געגנט א רעזערוו פון וואסער. די הויפט גאס איז "רחוב הפסגה", וואס איז געווען די העכסטע גאס אין ירושלים, ביז די אויפבוי פון דער גילה געגנט.
היינט זענען רוב איינוואוינער פרומע חרדישע אידן, אשכנזישע ספרדישע צוגלייך, דארט איז דא אסאך בתי מדרשים און ישיבות, ווי קול תורה, ישיבת עטרת ישראל, ישיבת הר המור און ישיבת נתיב מאיר און אויך בית מדרש גבוה פאר דיינות מכון הארי פישל. אזוי אויך איז דא דארט אסאך מוסדות פאר לערנונגען ווי אולפנת חורב, מכללה ירושלים, תיכון הימלפרב, מכון לב און נאך. דער באקאנטער שערי צדק שפיטאל איז ביי דער צפון זייט פון דער געגנט.
אזוי ווי די געגנט איז די העכסטע איז עס די קעלטסטע און מערסט-ווינטיג און די אזוי קאלטע ווינטער נעכט אין ירושלים. אויך צוליב דער הויך האט מען געבויט אין בית וגן דער שטאטישער רעזערווואר פון ירושלים, דער גרעזטער באדעקטער רעזערווואר אין גאנץ ישראל.
די דירות זענען טייער צוליב די נאכפראגע פון די עולים מערסטנ'ס פון אמעריקע און פראנקרייך.
מערקווירדיקע איינוואוינער
רעדאַקטירן- הרב יהושע נויווירט
- הרב יחזקאל אברמסקי
- הרב עזריאל אויערבאך