רוממה

געגנט אין ירושלים

רוממה איז א געגנט אין מערב ירושלים נאענט צו דער יפו גאס און דעם אריינגאנג צו דער שטאט. אין צפון געפינט זיך קרית מאטערסדארף און אין דרום מקור ברוך. די געגנט ליגט אויפן העכסטן בערגל אין ירושלים, 829 מעטער איבערן ים־פלאך.

רוממה
מרפסת בבית חכמישווילי ברוממה ירושלים.jpg
אינפֿארמאציע
שטאט ירושלים
גרינדונג דאטע 1921
שטח Flag of Israel.svg
צאל איינוואוינער 32,817 (אין 31 יולי 2015)
קאארדינאטן 31°47′24″N 35°12′14″E / 31.79°N 35.204°E / 31.79; 35.204 קאארדינאטן: 31°47′24″N 35°12′14″E / 31.79°N 35.204°E / 31.79; 35.204 
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg
אלענבי מאנומענט אין אלט רוממה
בנין הטלויזיה רוממה קווארטל

די געגנט איז אויפגעשטעלט געווארן אין די צייטן פון דעם בריטישן מאנדאט אין 1921, אויף א בערגל צווישן די צוויי אראבישע דערפער ליפתא און שייך באדער.

א גרויסער טייל פון דער היינטיקער געגנט האט מען געניצט אויף פאבריקן, סטאלערייען א.א.וו. די תנובה פירמע האט געהאט א גרויסן קעז פאבריק אין רוממה. זייט 2007 האט מען אראפגעווארפן די פאבריקן און אויך דעם "אחוזה" חתונה זאל כדי צו בויען הויכע געביידעס פון דירות.

היינט וואוינען אין דער געגנט בערך 40,000 איינוואינער, רוב חרדישע.

אין געגנט איז דא שולעס, פאבריקן, בתי מדרשים, און מתנ"ס (געמיינדע צענטער). פון די איינוואוינער זענען די צוויי פרעמיער מיניסטערס מנחם בעגין און בנימין נתניהו. אויך דער בירגערמייסטער ניר בארקאט וואוינט אין בית הכרם.

טראנספארטרעדאַקטירן

דער נייער טראמוויי פארט אויפן דרום עק פון דער געגנט ביזן סטרונעס בריק.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: רוממה

קאארדינאטן: 31°47′32″N 35°12′12″E / 31.79222°N 35.20333°E / 31.79222; 35.20333